Original scan
Original memorial-book scan 501
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-626

1001 מ. ל. מינץ — מיט כמיעלניקער אין אמעריקע 1002 האט די אלמנה באקומען אויםגעצאלט אזוי פיל דאלאד װיפיל מיטגלידער עם זענען געװען אנגעשלאםן אין דער םאסײטי. דער קאפ־שטײער איז שוין לאנג אפגעשאפן געװארן. נאך אין 1941 האבן מיר געשאפן א פאנד. דאס איז דער ענדװימענט־באנד, װאס באטרעפט שוין עטלעכע טויזנט דאלאר. דער פאראגראף 2 זאגט װײטער* נישט נאר העלפן מיר אונדזערע אײגענע מיטגלידער נאר מיר העלפן אויך די נאציאנאלע הילפם־ארגאניזאציעם אין נױ־יארק, צ״ב ״ױנײ־ טעד דזשואיש אפיל״, דעם קרן היסוד, די צדקה־פעדעראציע. געװערקשאפטן־קאמפײן פאר דער הםתדרות אין ישראל, דעם ״ײװא״, דעם ״הײאס״, און נאך פיל אנדערע הילפס־ארגאני־ זאציעס אין נױ־יארק•

passage_5daea195cd6e5b554fc3f240
Passage 2normalized OCR · source chars 628-1250

דאם ערשטע יאר איז געװען זײער א שװערם, צוליבן גרויםן קריזים אין לאנד. אויסער דער ארבעטםלאזיקײט האבן נאך די בענק צוגענומען די אפגעשפארטע פאר גראשן... און די סאסײטי האט אויך געהאט א פארלוםט פון עטלעכע הונ־ דערט דאלער. מיר זענען אבער די שװערע ביטערע צײט אויך איבערגעקומען אדאנק דער איבערגעגעבנקײט פון אונדזערע געטרײע מיטגלידער, װעלכע האבן אויסגעבארגט עטלעכע הונדערט דאלער כדי די ארגאניזאציע זאל װײטער קענען פארזעצן איר ארבעט. דער סעקרעטאר װאם האט געשריבן די קאנסטיטוציע, אברהם גאלדבלום, בעריש בעקער׳ס א ברודער פון כמיעלניק, איז דערװײלט געװארן אלס פרעזידענט פארן יאר 1941. לײדער איז ער פון אונדז אװעקגעריםן געװארן אין יאר 1942.

passage_5a6aa1205b20ee932bb26dd4
Passage 3normalized OCR · source chars 1252-2369

אינצװישן איז געקומען אויף מײן אדרעס דער טשארטער פון אלבאני. מיר האבן באשלאסן צו האבן א ספעציעלן ױם טוב מיטינג. מײן פרוי האט גענײט א זײדן מענטעלע און אויף א בלויען זײדענעם באנד זענען געװען אויםגעהאפטן די װערטער: ״מיט אחדות און ליבע אין דער כמיעלניקער מאםײטי״ צום ױם טוב־מיטינג פון דער פײערלעכער טשאר־ טער־אויפװיקלונג איז געװען צוגעגרײט משקה מיט פארבײסן... בײ דער פראגע װער עס זאל האבן דעם כבוד פאנאנדערצו־ װיקלען דעם טשארטער, איז אנגענומען געװארן מײן פאר־ שלאג צו שטימען מיט אויפהויבן די רעכטע האנט און יעדע שטימע זאל קאסטן 5 סענט. איך האב באלד אויםגערופן 20 שטימען פאר אונדזער װײם־פרעזידענט חײם שניצער און באצאלט א דאלער. די פארזאמלטע מיטגלידער זענען געװארן באגײםטערט פון דעם אויפטו און נאכגעפאלגט מײן בײשפיל. גלײך האבן זיך געשאפן גרופן װאם זענען געװען פאראיג־ טרעסירט אין א געװיםן קאנדידאט פאר דעם כבוד. די גרע־ סטע צאל שטימען האב איך באקומען. די פארזאמלטע האבן שטארק אפלאדירט און געװארט אז איך זאל אויפװיקלען דעם טשארטער. איך האב באדאנקט אלע װאם האבן געשטימט פאר מיר און אויך די װאם האבן געשטימט פאר אנדערע קאנדי־ דאטן און דערקלערט אז איך האב נישט געזוכט קײן כבוד. און װיל האפן אז קײנער װעט נישט זײן אנטוישט װען איך

passage_2f6a7a3b64dc1aa8bd70a45d
Passage 4normalized OCR · source chars 2371-3301

װעל צוריק געבן דעם כבוד צו דער סאסײטי זי זאל אויס־ וױילן־א צװײטן, ער זאל אויפװיקלען דעם טשארטער. דער עולם איז נישט געװען שטארק באגײםטערט פון מײן פאר־ שלאג, מײן האנדלונג האט זיך אבער ארויסגעװיזן פאר ריכ־ טיק, וױיל גלײך איז אנגענומען געװארן א פראקטישער פארשלאג: מען זאל אויסליציטירן און װער עס װעט געבן מער געלט דער װעט אויפװיקלען דעם טשארטער. בײ דער ליציטאציע האבן פיל מיטגלידער געשלאגן אין געלט ארײן, אבער געבליבן זענען בלויז 2.- איצעק מילער (ביק) און יקותיאל יאראס, סענדער דזשובאם א ברודער. לסוף האט טאקע יקותיאל פאר 51 דאלאר באקומען דאם רעכט אויפצו־ װיקלען דעם טשארטער. שטײענדיק בײ דעם װיגעלע פון דעם ניי־געבוירענעפ כמיעלניקער פארײן האב איך זײער פארזיכטיק געשטודירט אונדזערע לאנדסלײט. פיל פון זײ האבן צוערשט נישט געהאט דעם פולן צוטרוי צו דער איצטיקער כמיעלניקער םאםײטי. פון די װאס האבן באלאנגט צו די קיעלצער, האבן מיר ארײנ־ באקומען גאנצע 90 פראצענט. פון דעם ברענטש 246 האבן הערשל יאראס מיט דער פאן פון דער אסאסײטי אין ניױיארק✓

passage_b5bd71c46c5ecc94ca07cf09