1005 מ. ל. מינץ — מיט כמיעלניקער אין אמעריקע 1006 טיש פאר אלע אפיסערס. נאך דעם אז דער עולם איז געװארן מיד פון טאנצן׳ האבן מיר אײנגעשוװירן די נײע אדמיניסטרא־ ציע. דער עולם איז געװען שטארק באגײםטערט פון דעם אװנט, װעלכער איז געװען א שײנע דעמאנםטראציע פון עקזיסטענץ־בארעכטיקונג פון דער ױנגער כמיעלגיקער ארגאניזאציע. דורך דער צײט װאם מען האט זיך געגרײט צום באנקעט, האב איך צוגעגרײט א םורפריז־ איך האב אװעקגעגעבן די צײכענונג פון אונדזער פארײן־םימבאל — צו א קונסטמאלער און ער האט אויף א גרויסן טאװל אויסגע־ מאלן א פעלד מיט קארן־זאנגען און אויף א שמאלער סטעזשקע דאם בײמל הופיקעס מיטן לײב, פון בײדע זײטן פון דעם טאװל איז געװען פלאץ אויף ארײנצושרײבן די נעמען פון אלע מיטגלידער. יקותיאל יאראס האט געשאנקן א גלאז־שענקל און דעם מעמבער־ליםט־טשארטער דער פאמיליע מינץ און עם איז פארצײכנט געװארן צום אנדענק אז זײ האבן עס פרעזענטירט.
װען דער עולם איז געזעםן בײ די טישן, האבן מיר אװעק־ געשטעלט בײ דעם הויפטטיש דאס גלאז־שענקל. מיר האבן ארונטערגענומען דעם לײװנט, און דעד טשערמאן פון אװנט האט אנאנםירט דעם מעמבער־ליסט־טשארטער. עם איז געװען אן אלגעמײנע איבערראשונג, מען האט הילכיק אפלאדירט. בײם שלוס האט אויך פאר מיר דער טשערמען צוגעגרײט א סורפריז: ער האט אין נאמען פון ״כמיעלניקער פארײן״ איבערגעגעבן מיר און מײן פרוי א סעט זילבער עס־צײג, װינטשנדיק אונדז א װײטערדיקע פרוכטבארע געזעלשאפטלעכע ארבעט. בײם סוף פון אונדזער שײנעם ױבל־אװנט האט דער קאמיטעט אויסגעטײלט דעם סװועניר־זשורנאל צו יעדן אײנעם. די געסט פון טאראנטא זענען אהײמגעפארן באגײם־ טערטע און צופרידענע. אברהם גאלדבלום (ארטור), לײביש גאלובלוניס זון, בעריש בעקערס אײניקל — אפיציר אין אמעריקאנישן ים־פלאט.
די נײע אדמיניסטראציע, מיט ױסף לעמעשניק אלם פרע־ זידענט בראש, האט שוין נישט געהאט די שװעריקײטן פין ערשטן יאר 1930, אבער עם איז נאך געבליבן גענוג ארבעט. די ערשטע אויפגאבע אירע איז געװען אײנצומאנען די חובות פון באנקעט און זשורנאל. דער נײער פרעזידענט איז צוגע־ טראטן צו דער זאך געשעפטסמעסיק. ער האט אנגעװיזן אויף די חובות װאס די סאםײטי האט אויף זיך גענומען אױםצו־ צאלן דעם בית־עולם סססצ דאלאר דורך 10 יאר, און אנגעװיזן אז װעז מען זאל דאם קענען אויםצאלן אין 5 יאר װאלט די סאםײטי געקענט שפארן די 6 פראצענט װאם מיר דארפן צאלן פאר 10 יאר. די עקזעקוטױו האט טאקע באשלאםן אויסצוצאלן דעם בית־עולם אין 5 יאר צײט, אנשטאט צו 500 דאלאר א יאר זאלן מיר צאלן סססז דאלאר א יאר׳ און כדי צו שאפן דאס געלט דערויף האט מען יעדעם יאר אײנגעארדנט אן אונטערנעמונג — א באל אדער א פעקעטש־פארטי. דיי ערשטע ראטע פון טויזנט דאלאר איז גאנץ שװער אנגעקומען צו שאפן צוליב די חובות פון זשורנאל. אונדזערע ח׳ מיט־ גלידער האבן אויםגעבארגט די םומע. איך בין אװעק מיט דעם 1000 דאלאר טשעק אין דעם ״בית־ישראל״ אפים (אונדזער בית־עולם רופט מען ״בית־ישראל״ און געפינט זיך 22 מײל ארוים פון נױ־יארק. אבער דער אפיס איז אין נױ־ יארק), און האב געמאלדן אז מיר זענען פאראינטערעםירט זײ אויסצוצאלן דעם חוב, דאם גאנצע געלט אין פארלויף פון 5 יאר — ביז 1935. די סאםײטי האט צוריקגעקריגן 10 פראצענט, דאס הײםט מיר האבן אײנגעשפארט 500 דאלאר.
דער קאנטאקט מיט אונדזערע קאנאדער פרײנט האט זיך פארשטארקט. אין אויגוםט זענען געקומען פרויען־געסט פון טאראנטא װעלכע האבן פארגעשלאגן אז די כמיעלניקער סאסײטי זאל גרינדן א פרויען־פארײן. דער פרעזידענט ױסף לעמעשניק ע״ה האט געמאכט א פארשלאג װאם איז אנגענומען געװארן : אז א לײדיס־אקזעלערי זאל געגרינדעט װערן מיט אן אפצאל פון א דאלאר א יאר און אײנטריטם־געלט זאל זײן 25 צענט. אזוי איז אין מאנאט סעפטעמבער פון יאר 1931 ארגאניזירט געװארן ״די כמיעלניקער ױנג לײדים אקזעלערי״. דער פרויען־פארײן האט זײן אײגענעם טשארטער. זײער אויפגאבע איז צו זאמלען געלט פאר פארשידענע אינםטי־ טוציעם: ״ױנײטעד דזשואיש אפיל״, ״הײאס״, און נאך אנדערע הילפס־ארגאניזאציעס. בײם סוף פון יאר 1931 האט מען פעסטגעשטעלט אז דער ערשטער באנקעט און זשורנאל, האבן ארײנגעברענגט א גאנץ שײנעם פראפיט, צוזאמען א צװײ טויזנט דאלער. דאס האט געגעבן דער סאםײטי א שטויס פאראוים אזוי, אז אין יאר 1932 האט מען שוין געקענט אויפמאכן דעם קראנקן־בענעפיט. בעת די װאלן אין יאר 1932 האט ײדל נײפעלד ע״ה באקומען עטלעכע שטימען מער אלס פארזיצער׳ װי ױםף לעמעשניק ע״ה. דאם יאר 1932 האט נישט געהאט פיל צו פארצײבענען. אין דעצעמבער 1932 קומען פאר װאלן פארן יאר 1933. דרײ