Original scan
Original memorial-book scan 504
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1195

1007 פ נ ק ם כמיעלניק 1008 קאנדידאטן פארן פרעזידענט זענען געװען: פיליפ ענגעל, ירמיה אדלער און הירשל יאראם ע״ה. געוװנען האט ה. יאראס ע״ה. דאס יאר 1933 האט ארײנגעבראכט אביםל נײ לעבן׳ אבער ליידער האט עם לאנג נישט אנגעהאלטן. אונזער םאםײטי האט געהאט א גרויםן פארלוםט — אונזער עקם־פרעזידענט ױסף לעמעשגיק איז פלוצלינג פארשלאפט געװארן, און נאך 3 טעג האט ער אויםגעהויכט זײן לעצטן אטעם, דעם 23־טן אויגוסט 1933, אין עלטער פון 47 יאר. צו דער זעלבער צײט קומען פאר װאלן פארן יאר 1934. דער אײנציקער קאנדידאט פאר פרעזידענט איז פיליפ ענגעל. ער האט גענומען ענערגיש איינפירן נײע זאכן. ער האט ארגאניזירט דעם ױגנט־קלוב, די קינדער פון אונזערע מיטגלידער, כדי זײ זאלן אויך שפעטער װערן צוקונפטיקע מיטגלידער אין דער כמיעלניקער סאםײטי ו צום באדויערן האט דער קלוב עקזיסטירט בלויז א קורצע צײמ. דער עמוידזשענםי־פאנד איז אײנגעפירט געװארן אין זײן צײט מיט אן אפצאל פון 25 צענט א קװארטאל, א דאלער א יאר. אזוי איז געבליבן ביזן הײנטיקן טאג. עס איז אים אבער נישט געלונגען צוצוציען די כמיעלניקער ײנג־לײדיס אקזעלערי, זײ זאלן זיך אויך באטײליקן אין דעם עמוידזשענסי־ פאנד. ער האט אויך אדורכגעפירט דעם 5־יאריקן ױבילעאום מיט א שײנעם באגקעט און שײנעם םװועניר־זשורנאל. אין נאװעמבער 1934 קומען פאר גאמינאציעס פאר נײע באאמטע פארן יאר 1935.

passage_461c67e031bf4f7a9668d506
Passage 2normalized OCR · source chars 1197-2354

בײ די לעצטע נאמינאציעס באקום איך צו א קעגנער, נאך א קאנדידאט פאר פרעזידענט, ױדל נײפעלד. מיר האבן געהאט א זײער גרויסן מיטינג־לאקאל און אין יענעם שבת־צו־נאכט װען עס זענען פארגעקומען די װאלן, איז געװען זײער א גרויםער עולם, װאם האט זיך געטײלט אין צװײ לאגערן. אין רעזולטאט בין איך דערקלערט געװארן אלם פרעוידענט מיט א מערהײט שטימען פאר דעם יאר 1935. דאס ערשטע װאס איך האב אװעקגעשטעלט אויף דער טאג־ארדעגונג איז געװען דאס אויסצאלן די לעצטע טויזנט דאלער פארן בית־עולם און דערנאך צוטרעטן אויפשטעלן אן ארומצוימונג. אויף דער ער־ שטער זיצונג אין חודש מערץ האט די עקזעקוטױוע באשלאסן צו מאכן א חנוכת הבית פון נײעם לאקאל 15 צװײטע עװענױ צוזאמען מיט א פאמיליע־אװנט אויף זונטיק דעם 5־טן מאי. אויך איז רעקאמענדירט געװארן די שאפונג פון אן עלטער־ פאנד דורך א צוגאב־אפצאל פון 40 םענט א יאר. אין דעם יאר האט די סאסעיטע זיך גוט באפעסטיקט, דער חוב פון בית־עולם איז אינגאנצן באצאלט געװארן און אלע פאנדן זענען געװארן באפעסטיקט. אין יענער צײט האבן מיר זיך אויך אנגעהויבן אינטערעסירן מיט די נויטלײדנדיקע ברידער אין דער אלטער הײם און יעדעם יאר פאר פםח געשיקט עטלעכע הונדערט דאלער ״מעות חטים״. נאך דער גרינדונג פון דער גמילת חסדים־קאםע האבן מיר דורכן ״דזשאינט״ איבערגעשיקט א גרעםערע סומע.

passage_c9e4bbc6ace97dd91c2608b9
Passage 3normalized OCR · source chars 2356-3392

אין 1936 איז אלם פרעזידעגט אויסגעקליבן געװארן ישראל קופפער׳ איך האב געמוזט פארלאזן נױ־יארק אויף א לענגערער צײט און געפארן קײן פילאדעלפיע אויף דער אײנלאדונג פון אינדזער לאנדסמאן שלמה פערלעגער. ער האט דארט געמאכט א ליכט־פאבריק און זיך גענויטיקט אין א צוגאב פון מאשינען, װאס איך האב אים נאך געדארפט מאנטירן. מײן פרוי און זון זענען געבליבן אין מײן דירה אין נױ־יארק. ישראל קופפער האט אלײן געשטאמט פון קיעלץ׳ ער איז געװען א כמיעלניקער אײדעם. בעת זײן קאדענץ האט די סאסעיטע אײנגעארדנט א חסידים־באל, בעת אלע מיטגלידער זענען געקומען איבערגעטאן אין חםידישע מלבושים. צוליבן שלעכטן װעטער האט אבער די אונטערנעמויג געהאט אן אדורכפאל. אין יאר 1937 האט די נײע אדמיניםטראציע מיט י. נײפעלד אלם פרעזידענט ענדלעך דורכגעפירט דעם באשלוס פון 1935 ארומצוצומען דעם בית־עולם און אויפצושטעלן א כויער בײם ארײנגאנג. די אנטהילונג פון טויער, װאס איז באשטאנען פון צװײ הויכע פיר־עקעדיקע גראנ-ט־שטײנער אויף װעלכע ם׳זענען געװען אויסגעקריצט די נעמען פון די מיטגלידער פון די קויפערס, איז פארגעקומען אין סעפמעמבער 1938. אויך אין דעם יאר האט אלס פרעזידענמ געדינט י. נײפעלד.

passage_e3e139f2ab13d82ac130e381
Passage 4normalized OCR · source chars 3394-4234

אין 1939 איז װידער דערװײלט געװארן אלמ פרעזידענט פיליפ ענגעל. צוליב נישט פארויסגעזעענע סיבית האט ער רעזיגנירט און אויף זײן ארט איז געקומען הערי יאראס. דער טאנץ־אװנט, װאס איז אײנגעארדנט געװארן דעם 13־טן מאי דורך דעם פאראײניקטן כמיעלניקער הילפס־קאמיטעט, האט אדײנגעבראכט א שײנע הכנסה, װאס מיר האבן איבערגעװיזן צום ״דזשאינט״ פאר אוגדזער הײמשטאט כמיעלניק. אין 1940 איז אלס פרעזידענט װידער דערװײלט געװארן י. נייפעלד. אין דעם יאר װערט געשאפן א קולטור־פאיד. אין 1941 װערט פרעזידענט אברהם גאלדבלום, בעריש בעקערס א ברודער. אין זײן צײט װערט געשאפן דער ענדװי־ מענט־פאנד און דורך דעמ װערט אויטאמאטיש אפגעשאפט דער אײן־דאלער־טעקס. מיט דער הילף פון זײן װײם־פרעזי־ דענט אליהו מינץ, מײנס א פלימיעניק, האט ער דורכגעפירט א פײערונג בעת װעלכער אלע עקס־פרעזידענטן זענען דעקא־ רירט געװארן מיט ספעציעלע ארעם־בענדער אויף װעלכע ם־האבן פיגורירט די יארן פון זײער דינסט.

passage_7b23bde842e0585e18e1396d
Passage 5normalized OCR · source chars 4236-4870

אין די יארן 1942—1943 איז אלס פרעזידענט אויםגעקליבן געװארן ױםף ראזענבערג, װעלכער איז עטלעבע יאר פריער געװען פראטאקאל־םעקרעטאר, ער אלײן איז געװען א געבוי־ רענער אין יװארשע בײ עלטערן װאם האבן געשטאמט פון כמיעלניק און ער איז געװען הערשל מאיר שוסטערס אן אײדעם, הױת װי אין די מלחמה־יארן זענען פיל קינדער פון אונדזערע מיטגלידער געװען אין מיליטער־דינסט, איז געשאפן געװארן א פאנד זײ צו שיקן פאקעטן. אדאגק די באמיאוגגען פון ױםף ראזנבערג איז אויך פארגעקומען אין סעפטעמבער 1944 די פאראייניקונג פון דער סאסייטע מיט דער ״פאראײ־ ניקטע אמעריקאנער הילפס־ארגאניזאציע םאר כמיעלניקער״, װאס האט זיך געגרינדעט מיט צען מאנאטן פריער, דעם 5־טן דעצעמבער 1943.

passage_9c0d47e8c860f8977fbd6c25