Original scan
Original memorial-book scan 508
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-834

1015 פנ קם כמיעלניק 1016 פרײנט דעיװים נעמט אפיציעל איבער דעם פארזיץ, און אפעלירט צו אלע פארזאמלטע זיך אנצושטרענגען צו שאפן געלט פאר די נויטלײדנדיקע לאנדסלײט. ס׳װערט באשלאסן, אז די קװאטע פאר אונזער הילפס־ קאמפײן זאל זײן א מינימום פון 75 טויזנט דאלער. דעם 10־טן נאװעמבער 1944 װערט אפגעהאלטן די ערשטע פארזאמלונג פון דער נײ־דערװײלטער עקזעקוטיװע פון דעד פאראײניקטער הילפס־ארגאניזאציע. בײ דער פארזאמלונג זענען אויסגעארבעט געװארן פראקטישע פלענער פאר דער הילפס־ארבעט. ס׳װערט באשלאםן אנצוהײבן א קאמפײן, װאס זאל שאפן א באדײטנדיקע םומע געלט. פרײנט מארים מינץ װערט דערװײלט אלס פארזיצער פון קאמפײן־קאמיטעט. ס׳װערט פארשטאנען, אז די גאנצע עקזעקוטױוע זאל זײן אקטיװ אין דער הילפס־קאמפאניע, און זאל אױך האבן דאס רעכט צוציען נאך מענטשן, װעלכע זענען נישט אין דער עקזעקוטױוע, צו ארבעטן אין דעם קאמפײן. כדי צו סטימולירן דעם רעליף־קאמפײן װערט באשלאםן,

passage_f1e98f09fb04eba8d37cc05e
Passage 2normalized OCR · source chars 836-1910

אז דער אנהײב פון דער געלט־זאמלונג־קאמפאניע, זאל זײן גלײך בײ דער ערשטער פארזאמלונג פון דער עקזעקוטױוע. דער פארזיצער אפעלירט פאר בײשטײערונגען. אלע פאר־ זאמלטע האבן געענטפערט אויף דעם רוף און ם׳װערט גלײך געשאפן די םומע פון 1040 דאלער בײגעשטײערט פון די באאמטע און עקזעקוטיװ־מיטגלידער. אלע פארזאמלטע זענען צופרידן מיט דעם רעזולטאט פון דעם אנהײב פון דער געלט־ קאמפאניע און האפן, אז ביז צום סוף פון יאר זאל געשאפן װערן װינציקםטנם 5 טויזנט דאלער. ם׳װערט באשלאםן ארויםצושיקן ברױו צו אלע לאנדסלײפ אין אמעריקע און זײ אינפארמירן װעגן דער רעארגאניזירטעד פאראײניקטער הילפם־ארגאניזאציע פאר כמיעלניק, און אויך אפעלירן צו זיי פאר בײשטייערונגען כדי צו העלפן אונדזערע לאנדסלײט. ס׳װערט אויך באשלאםן צו אראנזשירן א מאסן־פארזאמלונג פאר הילפם־ארבעט דעם ד־טן יאנואר 1945, אין אוירװינג פלאזא, און ס׳זאלן ארויםגעשיקט װערן ברױו צו אלע לאנדס־ לײט װעלכע מען קען נאר דערגרײכן, און אויך אײנלאדן א דעלעגאציע פון די כמיעלניקער לאנדסלײט אין טאראנטא, קאנאדע. זונטיק דעם ל־טן יאנואר 1945 װערט אפגעהאלטן א מאםן־ פארזאמלונג פון דער פארײניקטער הילפס־ארגאניזאציע אין אוירװינג פלאזא, 15־טע גאס אין אוירװינג־פלאץ.

passage_97221b4f1b1693999cd5e52d
Passage 3normalized OCR · source chars 1912-2844

דער פארזיצער פר׳ דעיװים װײזט אן אויפן פאקט, װאס ביז איצט האבן עקזיסטירט צװיי הילפס־ארגאניזאציעפ, װעלכע האבן געטאז ״רעליף״־ארבעט, און האבן פשוט קאי־ קורירט אײנע מיט דער צװײטער. ״עגדלעך נאך שװערער מי איז געלונגען צו פאראײניקן אלע ארגאניזאציעס אין אײן קערפערשאפט, און מיט געמײנזאמע כוחות װעלן מיר איצט אנפירן מיט דער הילפם־ארבעט פאר די פארבליבענע לאנדס־ לײט אונזערע אױף יענער זײט ים״. א חזן מאכט אן אזכרה נאך די קדושים אין כמיעלניק״ װעלכע זענען אומגעקומען דורך די נאציס אין דער כמיעל־ ניקער שיל (לויט אינפארמאציע װאם מען האט דא אין נױ־ יארק דערהאלטן דורך לאנדםלײט, װעלכע האבן זיך געראטע־ װעט אין נײטראלע לענדער). א לאנדםמאן פון טאראנטא ד״ר געלבלום באגריםט די ארבעט פון אונדזער הילפם־ארגאניזאציע און אפעלירט, אז מיר זאלן נאכטון דעם בײשפיל פון די נמיעלניקער אין טאראנטא, װעלכע האבן ביז איצט שוין געשאפן א באדײטנ־ דיקע געלט־םומע פאר הילפס־ארבעט. ש. ל. שנײדערמאן, דער באװוםטער זשורנאליסט, רעדט אין נאמען פון ״דזשאינט״, װעלכן ער פארטרעט.

passage_f10f0a1139b396dc9f1c118a
Passage 4normalized OCR · source chars 2846-3712

פר׳ שלמה פערלעגער אלס גאםט־רעדנער פון פילאדעלפיא באקלאגט זיך, אז די אידישע פירערשאפט אין אמעריקע איז נישט געשטאנען אויף דער געהעריקער הויך, װען מען האט נאך געקענט ראטעװען א גרויסע צאל ײדן. ער שטעלט זיך פאר, אז װען די פארבינדונגען מיט אײראפע װעלן זײן אפן נאך דער מלחמה, װעט דאם קאלירפולע ײדישע לעבן אין כמיעלניק זײן פארשװונדן. פון שטעטל װעלן פארבלײבן בלויז חורבות, און די לעבנגעבליבענע װעלן זײן סקעלעטן. מיר װעלן זיך דארפן אנשטרענגען צו העלפן די פארבליבענע, װיפיל די צאל זאל נישט זיין. פר׳ פערלעגער מאכט א הארציקן אפיל פאר בײשטײערונ־ גען• א םך פון די פארזאמלטע האבן זיך װארעם אפגערופן. און בײ דער פארזאמלונג איז געשאפן געװארן די םומע פון 685 דאלאר. פר׳ קלארמאן, םעקרעטאר, באריכטעט װעגן די כמיעלני־ קער, װעלכע האבן זיך ארויסגעראטעװעט פין די נאצי־ אקופירטע לענדער, און װעט זיך באמיען אין נאמען פון אונדזער ארגאניזאציע צו שטעלן אין פארבינדונג מיט די דאזיקע לאנדסלײט.

passage_85ce20f8ac4f304aec0f0fcb
Passage 5normalized OCR · source chars 3714-4451

װען ם׳איז אנגעקומען די נײעס, אז כמיעלניק איז באפרײט געװארן פון די נאציס, אױ באשלאסן געװארן אײנצוארדענען א שמחה לכבוד דער געלעגנהײט. דאס איז געװען שבת דעפ 17־טן פעברואר אין דעם בעטהאװען־האל. אסך פון אונדז האבן נאך דעמאלט געהאפט, אז פיל ײדן אין כמיעלניק האבן זיך פונדעסטװעגן אפגעראטעװעט פון די נאצישע הענט, און אז זײ װעלן קענען אײנשטעלן א נײ לעבן, מיט דער הילף פון אונדזער ארגאניזאציע. מיר האבן גלײך באשלאסן זיך צו שמעלן אין פארבינדונג מיט די כמיעלגיקער ײדן. אין ענטפער אויף א טעלעגראמע װאס מיר האבן געשיקט אויפן אדרעס פון דער ײדישער קהלה אין כמיעלניק, האבן מיר מיט עטלעכע װאכן שפעטער דערהאלטן א לענגעדן ברױו פון א געראטעװעטן כמיעלניקער דאקטאר באלאנאװסקי אין װעלכן ער האט אונדז געלאזט װיסן א רײ געמען פון כמיעלניקער ײדן, געראטעװעטע פון די

passage_2643c930e08f6a91bb936521