1017 י.ראזנבערג און ד״ מאכטינגער — הילפם קאמיטעט אין אמעריקע 1018 נאצישע הענט. אויך האט דער דערמאנטער דאקטאר באלא־ נאװסקי אונדז טײלװײז איבערגעגעבן װעגן דעם חורבן כמיעלניק. דער כמיעלניקער הילפם־קאמיטעט האט תיכף ארויםגעשיקט סס5 דאלאר אויף דעם אדרעם פון ד״ר באלא־ נאװסקי״ בכדי צו העלפן געראטעװעטע כמיעלניקער ײדן װעלכע נויטיקן זיך אין דרינגענדיקע הילף (ד״ר באלאנאװסקי האט אונדז איבערגעשיקט א גענויע רשימה פון אלע ײדן װעלכע האבן גענאסן פון די ערשטע 500 דאלאר). װען פראנקרײך איז באפרײט געװארן״ האבן מיר גלײד אײנגעשטעלט פארבינדונגען מיט די לאנדסלײט אין פאריז• צו װעלכע מיר האבן איבערגעשיקט איבער 2 טויזנט פונט שפײז און אויך א צאל נײ־מאשינען. מיטן ארײנדרינגען פון די אליאירטע ארמײען אין דײטש־ לאנד און באפרײאונג פון די קאנצענטראציע־לאגערן, האבן מיר זיך גלײך געשטעלט אין פארבינדונג מיטן ״דזשאינט״ און איבערגעשיקט א ספעציעל געדרוקטן ברױו צו אלע געראטעװעטע לאנדסלײט, לאזנדיק זײ װיסן, װעגן דעד ארגאניזאציע אין נױ־יארק, װעמענם ציל איז זײ צו העלפן מאטעריעל, און אויך פארבינדן די, װעלבע האבן קרובים אין די פאראײניקטע שטאטן. מיר האבן ארויסגעשיקט שפײז־ פעקלעך צו אלע אונדזערע לאנדסלײט אין דײטשלאנה עסט־ רײך און געלט־סומעס נאך שװעדן און בעלגיע.
אינעם יאר 1945 האבן מיר באקומען ידיעות אז א צאל געראטעװעטע כמיעלניקער ײדן האבן זיך ארויםגעלאזט אויפן װעג קײן ארץ ישראל מיט דער עליה ב/ מיר האבן זײ אומעטום נאכגעפאלגט אויף דעם װעג, און מיר האבן אריבערגעשיקט שפײז־פעקלעך קײן ישראל און גרעסערע הומעם געלט צו העלפן די װעלכע נויטיקן זיך אין באלדיקער הילף. .סך־הכל האבן מיר איבערגעשיקט קײן ישראל אײ שפײז־פעקלעך און אויך אין געלט־־םומען איבער אכט־טויזנט דאלאר. אין פרילינג פון 1946 האבן אנגעהויבן אנצוקומען קײן אמעריקע די ערשטע געראטעװעטע כמיעלניקער ײדן פון די לאגערן אין דײטשלאנד און אויך פון שװעדן. פון אט די ײדן האבן מיר דא באקומען די ערשטע דירעקטע גרוסן װעגן חורבן כמיעלניק, און װעגן אלץ װאס ס׳איז פארגעקומען אין כמיעלניק דורך דער גאגצער צײט פון דער נאצישער אקו־ פאציע, פון זײער לעבן נאך דער באפרײאונג אין כמיעלניק װי אויך פון זייער לעבן אין די לאגערן. אלע אנגעקומעגע כמיעלניקער האבן באקומען הילף פון כמיעלניקער הילפם־קאמיטעט, םײ אין פארם פון טאשן־געלמ, קלײדער, הילף בײם באקומען דירות און באשעפטיקונג. א טײל האבן אפילו באקומען הילף בײם אויסלערנען פאכן.
נאכן באקומען די טראגישע ידיעות, אז אין אונדזער שטאט כמיעלניק געפינען זיך לײדער מער קײן שום ײדן, האט דער הילפם־קאמיטעט באשלאםן, אז זײן הויפט־ציל זאל זײן — העלפן אריבערברענגען װאם מער כמיעלגיקער אין די פארײ־ ניקטע שטאטן, און די יעניקע װעלכע פארן קײן ישראל, זײ העלפן זיך אײנארדענען אויפן ארט. זיגט נאך דער באפרײאונג זענען אין די פאראײניקטע שטאטן — לויט אונדזער אינפארמאציע — ארײנגעקומען אן ערך 300 כמיעלניקער נפשות. און אזוי האבן געהאלטן אין אײן אנקומען כמיעלניקער ײדן — יחידים און משפחות, װער קײן נױ־יארק און װער אין אנדערע שטעט. דער ״כמיעלניקער רעליף״ האט אלעמען פארויכערט הילף און געזארגט אז זיינס א פארשטײער זאל זיך טרעפן — אפילו בלויז דורכפארנדיק — מיט די אנגעקו־ מענע און אויסגעפינען װער ס׳נויטיקט זיך אין הילף. די װעלכע האבן זיך אפגעשטעלט אין נױ־יארק האט דער כמיעלניקער רעליף אלעמאל ארויםגעהאלפן מיט אן ארבעטס־ פלאץ, א דירד״ און אין א סך פאלן מיט טאשן־געלט. מיר האבן די נײ־געקומענע געגעבן צו פילן, אז זײ זענען געקומען צו אײגענע. דײװיד עװאנם ז״ל סוף 1956 איז אונדזער םעק־ רעטאר דײװיד עװאנס פלוצים פו,־ אונדז אװעקגעריסן געװארן. כבוזי זײן אנדענק.
אין 1946, נאכן אנקומען פון א גרעסערער גרופע און נאכן אויספארשן װען דער גירוש און פארטיליקונג פון דער כמיעל״ ניקער קהילה איז פארגעקומען, האט דער כמיעלניקער ״רעליף״ אין נױ־יארק באשלאסן אפהיטן דעם יארצײט נאך אלע כמיעלניקער קדושים, אין טאג פון כ״ה תשרי. אזוי װערן טאקע יעדעס יאר אפגעהאלטן יזכור־פארזאמלונגען מיט דער באטײליקונג פון א גרויםן טײל כמיעלניקער, װעלכע האבן א װילן און א באגער צו דערמאנען זײער אלטער הײם• אין יאר 1950 האט פרײנט מעקם דײװיס זיך געמוזט צוריקציען אלם פארזיצער צוליבן געזונט און פר׳ א. קלארמאן צוליב געשעפטם־אנגעלעגנהײטן• מיטן אנקומען פון א שטראם נײ־געקומענע איז אויף א פארזאמלונג דערװײלט געװארן א נײע אדמיניםטראציע : פארזיצער — הערשל יאראם ;