Original scan
Original memorial-book scan 511
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-575

דער קאנטאקט מיט דער 8לטער היים דער קאגטאקט מיט דער אלטער הײם צװישן די אויסגע־ װאנדערטע במיעלגיקער האט קײנמאל נישט אויפגעהערט. מ׳איז געשטאנען אין ברױולעכן קאנטאקט מיט קרובים. חברים און פרײגט און אויך מיט די פארשידענע אינםטיטו־ ציעס און אנשטאלטן. מיר ברענגען דא וױיטער עטלעכע בריװ׳ װעלכע האבן זיך אפגעהיטן אין אונדזער במיעלניקער הילפס־קאמיטעט אין גױ־יארק. די ברױו װארפן א ליכט אויף דער לאגע אין שטעטל נאך דעם ערשטן װעלטקריג, און די שטימונגען אין די יארן ערב דעם אומקום. כריױ פון אכרהם זילכערבערג צו מאקס דיױויס 1. כמיעלניק, דעם 23 נאװעמבער, 1920 ליבעי פרײנט און חבר מאקם ו

passage_fb3a9d91f9741a3e9e2f6f63
Passage 2normalized OCR · source chars 577-2042

מיט אכט טעג צוריק ד.אב איך צו דיר געשריבן מימ א הײסע און דרינגענדיקע בקשד״ מיר צו דערטײלן הילף אין דער סארפ סון א הלװאה. און טראץ דעם שרײנ איך דיר נאך דעם יעצטיקן בריוד צוליב פאלגנדיקע צװײ אורזאכן : 1־טנם, װיל איך, אז דו זאלסט בעםעד םארשטײן מײן איצטיקע לא״ע, און 2־טנס שפיר איך פשוט א נויטװענ־ דיקייט מיר א ביםל אראפצורעדן פונעם הארץ. נאך אײדעי איך הויב אן סון גופא ענין, װיל איך מיר דערלויבן אויף א קורצער הקדמה, דיר צו דערקלערן די עקאנאמישע לאגע פון הי• אט אזוי איז עם : אונדזער װאלױטע (דער מארק) פאלט פון טאג צו טאג• דעריבער װערן ממילא אלע םחורות טײערער. און דאם ניצן טאקע אוים די פרײז־טרײבער (בײ אונדז הײםן זײ ״פאסקאזשעס״) און שרויפן די פרײזן ביז צום לעצטן, אײנרעדנדיק זיך, אז זײ ווערן פון טאג צו טאג רײכער, װײל זײעי פעקל מארקן װערט דיקער. זײ פארגעסן דערװײל, אז זײעד פעקל סחורה װערט אבער מאגערער. און דעריבער איז שװער פאר א געװײנלעכן מענטשן װאם פארמאגט נישט קײן גרעםערע סומע מארקז צוצוטרעטן צו עפעם א געשעפס. דאס דערמאגט מין־ א ײדישע םאלקם־ מעשה : אמאל האט זיך צו אײנעם אויפן בוידעם פארקליבן דער דלות און האט בײ קײן פאל גישט געװאלט סון דעם מענטש אפטרעטן םײדן ער װעט אים מאכן אן אנצוג, װאס זאל אים זײן געפאםט. דער מענטש, רעכענענדיק אז פטור צו װערן פונעם דלות איז אלץ כדאי. האט נאטירלעך זיך געסטארעט זײן פארלאנג צו דערםילן. און װײל ער האט נישט געהאט די נויםיקע םומע (װארום דער דלות איז דאך אים געלעגן אויסן קאפ), האט ער פאחעצט דאם בעטגעװאנד מיט די שגודלײכטער און סאר זײן לאקאטאר געמאכט אן אנצוג. אבער צום באדויערן, סארקויםנדיק די חםצים איז דערװײל דער דלות געװאקסן

passage_42f7eb730a87c03f5dbe3716
Passage 3normalized OCR · source chars 2044-2172

א-ן דער הויך און אין דער ברײט, און דער אנצוג איז אים אזוי ארום געװען אי קירץ אי שמאל, זײן דלות איז געװאקםן. אזוי איז בײ אונדז...

passage_ef6f0493af0ad7cfa6953137
Passage 4normalized OCR · source chars 2174-3767

און אט׳ ליבער פרײנט. שטעל דיר פאר, אז אין אזא צײט האב איך דורכגעמאכט צװײ .דעמאביליזאציעס״, אײנע פונעם מיליטער, אפדי־ נענדיק קוים צװײ װאכן און די צװײטע פון דער געזעלשאפטלעכטר ארבעט מײנער, אפדיענענדיק אריבער 10 יאר דעם געדאנק פון אונדזער נאציאנאלער און קולטורעלער אויפלעבונג. איך זאג ״דעמאביליזירט״, װײל אזוי זעט עס בײ מיר אוים. װײל שטעל דײ םאר, מען ארבעט פאר א זאך און פלוצעס קוקסטו זיך אום און זעםט, אז דו ביםט אליין, װײל כמעט דײן גאנץ אוידיטארױם איז זיך צעקראכן זה בכה וזה בכה. אין נאך מער קרענקט עס, װען דו זעםט׳ אז בשעת דו האסט פאר־ ברענגט דײן צייט מיט ״אזעלכע נישט פראקטישע״ זאכן, װי רעםערירן װעגן ײדישער ליטעראטךר אדער אנדערע קולטורעלע ענינים, האבן דײנע צוהערער פארברענגט די צײט מיט האנדל־װאנדל און געמאכט די מטבע. מען איז געקומען אויף דײנע רעפעראטן און פארלעזונגען און דיר טאקע אפלאדירט אויך, אבער אהײמקומענדיק צו זיך, האם מען הסתם יעדער געלאכט אין די פויסטן פון דעם נארישן לעקיש, װאס זיצט אפ גאנצע טעג און נעכט איבער די ביכער״ כדי אונדז צו געבן גײםטיקע שפײז, אן װעלכער מיר װאלטן זיך טאקע גאנץ שטארק געלאנגװײליקט, און טאקע נאך שבת אדער ױם־סוב איז זיך יעדער געגאנגען צו זײן האנדל און פרײזן־טרײבערײ און איך בין זיך װײטעד געזעםן איבער מײנע ביכער צו שפײזן דעם עולם מיט די ״לעקטשורם״. װונדער זיך נישט, ליבער פרײנד און חבר, אויף מײן נישט־פראקטישקײט, װײל ס׳האט מיך געצויגן צו דעם ארט ארבעט מיט א םטיכישער קראפט, און יעדעם מאל איז געװען אן אנדער ארבעט. אמאל א פילאנטראפישע — בעת די רוםן זענען דא געװען אין אנהויב קריג ו שפעטער בעת דער אקופאציע פון די עםטרײכער איז געװען א צײס פון קולטורעלער טעטיקײט, װי גרינדן ביבליאטעקן, קורםן פאר דער־ װאקסענע, קיגדערהײמען און שולן און אלץ דורך מײן איניציאטיװ,

passage_f9829ab664ab806511de7bce
Passage 5normalized OCR · source chars 3768-4478

װײל מיטן עםן קומט ערשט דער אפעטיט און װאס מער איך האב דך געאאפסערט און געארבעט, אלץ מער האט מיך די ארבעט געסאדערט און געצויגן. מיר האבן זיך נישט געלאזט באגנוגענען מיט דער שםאט• :אר געארבעט פאר דער גאנצער סביבה, װי בוםק, פינטשעװ, נײשטאט, שידלאװ, םטאפניץ א״אנד.און פלוצעם זעםטו זיך ארום... דו האםט טאקע געשאםן היבשע און שײנע און נוצלעכע אינםסיםוציעם פאר... דעם כלל. אבער פאר זיך װאס האםטו געסאן י אין דער צײט, װען אנדערע (װאם דו האםט זײ שטענדיק אויסגעלאכט), האבן טאקע געסאן נאר פאר זיך און האבן זיך טאקע עטװאם געשאפן. ס׳איז דערום נישט קײן װונדער װאם די הענט לאזן זיך אראפ און דער מענטש װערט אפאטיש און נידרעגעשלאגן. און נאך מער װען דו װילםט זיך אצינד פון דעם ארויםמאכן, כדי עטװאם סאר דיר אלײן צו טאן, קענםטו נישט

passage_290571651914c4385f9c1ab5