1023 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 1024 מיט אײגענע כוחות, נאר מוזט אנקומען צו עמיצן♦ ם׳מעג זאגאר זײן דער בעסטער און ערגעבנםטער פרײנט.*. אט אזוי בין איך ארוים פון בײדע מאביליזאציעם נאר בעת פון דער ערשטער האב איך באקומען בירושה כאטש א מיליטעריש היטל (געקויפט פאר אײגן געלט), בין איך פון דער צװײטער ארוים א נידערגעשלאגענער, אן אפאטישער, א םקעפטיקער מיט א לאנגזאמער אנטװיקלונג פון דער בודיסטישער שטרעבונג צי ״נירװאנא׳/ איך האב נאר יעצט אײן עצה צו אנטלויפן, כל־זמן ס׳אױ גאך צײט, װײט פון דעם אלעם און אנפאנגן עטװאס פאר זיך צו קלערן, נאר לײדער קען איך נישט מיט אײגענע כוחות װײל ךער דלות װאס האט זיך פארקליבן בײ מיר אויפן בוידעם, האלט מיך פעסט און פארלאנגט ם׳זײגיקע און װען איך װיל אים נאכגעבן... (דער סוף כ• ן ברױו איז פארלוירן געגאנגען). 2. כמיעלניק, 27 יאנואר, 1921 טײערער פרײנד מאקם דאװיס און ארטור אדלער, הגם לויט װי מען פירט זיך בײ לײטן, האב איך שוין מער צו אירך גיש געדארפט שרײבן שוין צוליב דעם אלײן װאם איך האב לעצטנס צו אײך פיל געשריבן (פארהעלטניסמעסיק) און םון אײך קײן שום תמוגת אות באקומען אלט אנטװארט. נאר װי איר געדענקט מיך (אויכ איר געדענקט מיך נאך ?) נאך פון מײנע קינדעריארן ביד איך נישט געװען קײגמאל קײן בײזער און א שלעכטער. הױפטזאכלעך ב<־ן איך געװען א קנאפ מאטעריאל אויף צו זײן ברוגז, װײל כ׳האב שטענדיק
יענעם דן געװען לכף זכות. און אויך אין איצטיקן פאל איז דאס זעלבע, כ׳בין אײך דן לכף זכות. און נעמלעך ; שרײבן א ברױו צו א פרײנו מוז אװדאי זײן אין אמעריקע א לוקסוס־זאך א ן אין אזעלכע פאלן האט אן אמעריקאנער ליב צו זאגן : ״ביזנעס בעפאר פלעזיר׳/ און דעריבער זײעגדיק מן הסתם ״ביזי״ האט איר פארגעסן אין דעם פראװינצער פרײנט. און צװײטנם, האב איך געמײנט אז איר פארטײטשט אכשד מײנע ברױו צו אײך נישט אן־און פאר זיך, ד״ה גלאט אלס ברױו יױ מען שרײבט צו א פרײגט נאר איר האט םון זײ געזוכט ארויסצונעמען דעם קװינטעםענץ און נעמלעך, אז דער ע קר איז אין זײ געװען מײן ביטע צו אײך, װעלכע איז אפשר געװען א צד גרויסע און דרײסטע פאר אײך װײל טראצדעם װאס אמעריקע הײסט דאס גאלדענע לאנדי
שארט מען נישט דאם גאלד אין די גאסן, און נישט אלץ װאס בלאנקט איז גאלד, װי ס׳זאגט אן ענגלענדער אין אזא פאל. ליבע פרײנד, אויב איך ריאב ריכטיק געאורטײלט א ן דאס זענען באמת געװען די אורזאכ פון אײער ביזאיצטיקן נישט שרײבן צו מיר, האט איר במחילה געהאט א גרויםן טעות, א ן איר זײט באמת נישט גערעכט אקעגן מיר. כ׳װיל מיך סטארען דאס אײך צו דערװײז־. ראשית, אויב איר זענט אפילי באמת אזוי, ״ביזי״ אז איר האט נישט קײן צײט אויף אזא לוקסום װי שרײבן א בריװ צו א םרײנט, איז דאך נאך עפעס דא טעג אזעלכע, אין װעלכע מען איז פרײ פון ״ביזנעס״ און מ׳קען זיך דאס פארגעניגן פאר א פאר םענט פארגינען. זעט איר, אנדערש איז אויב ס׳איז דער צװײטער פאל װעגן װעלכן כ׳האב איבן שוין געשריבן. אויב איר האט מיר אפשר איבער דעם נישט געשריבן, װײל איר האט מײגע בקשות נישט געקענט דערפילן און איר האט ליבער באשלאםן צו שװײגן. דער פאל װאלט באמת געװען צו באדויערן. איך װאלט מיט שמערצן געמוזט קאנםטאטירן, אז איר האט מײן פרײנטשאפט שלעכט באגריפן : מײן
פרײנטשאפט צו אײך איז קײנמאל נישט געװען א תלויה בדבר, דאם הייםט אן אפהענגיקע פון דעם צו איר דערפילט מײנע בקשות צי גײ4 װײל אונדזער פרײגטשאפט האט קיינמאל נישט באזירט אויף װעלכן ס׳איז קעגנזײטיקע נוצן פון אײנעם צום צװײטן. איך האב ליב צו זײן אפנהערציק און אויפריכטיק. לאמיך אויך יעצט דאס זײן. מײנט נישט, ליבע און טײערע פרײנט, אז װען צ.ב. איר קענט נישט צוליב װעלכע עס איז אורזאכן מיינע בקשות דערפילן, זענט איר בײ מיר װײניקער ליב אדער טײער. נײן, איר בלײבט מיר די אײגענע טײערע פרײנט װאס פריער. װײל איך פארשטײ, אז מן הםתם איז דאס פאר אײך אוממעגלעך... איך שטעל מיר די זאך פאר בײ מיר זעלבםט, אז דעמאלט װען איך קען מיט װאם עס איז אונטערשטיצן מײנעם א פרײנט, זאג איך מיך נישט אפ... און דעמאלט װען איך קען נישט, מוז איך מיך באנוגן לאזן דערקלערן יענעם די םיבה, כדי אויםצומײדן מיסםאר־ שטענדענישן. כ׳בין אים בײהילפיק מיט װאס איך קאן נאר און מ־ד בלײבן װײטער װי פריער, אפשר נאך מער װי פר׳ער צױעבונדן אײנער צום צװײטן... דאס זעלבע, ליבע און טײערע פרײנט, האט אויך באדארפט זײן יעצט. נאר גארנישט שרײבן זעט איר, פרײנט, דאם איז שוין גאר קײן דרך נישט... איך מײן, אז כר,אב אײך קײן שום גרונד צו דעם גישט געגעבן♦ ליבע פרײנט, אויב איר מײנט, אז מיין יעצטיקעי שרײבן טראגט װ׳דער דעם זעלבן כאראקטער האט איר װידער א
טעות... אויב איך האב אלײן קײן טעות נישט האב איך אײך נאד אין מײנע פריערדיקע בריװ באטאנט, אז כ׳בעט פון אײך א,־יב איר קענט. און װײל איר האט מיר דערויף גארנישט געענטפערט, דרינג איך ארויס אז איר קענט נישט מײנע בקשות דערפילן. בלײבט עס אלזא בײפ פריערדיקן. נעמען מיר עם אראפ פון טאג־ארדענונג און מיר ועצי
פאר אובדזער פרײנטשאכט און קארעספאנדענץ. נאטירלעך׳ אויב איר זענט מסכים. װייל ליב האבן קען מען קײנעמ נישט צװינגען. איך פװ מײן זײט קען אײך מבטיח־זײן, אז כ׳װאלט אײערע בריװ געלעזן מיטז זעלבן פארגעניגן װאס איך לעז די בריװ פון מײנע ברידער ױכפ׳קע אין פאלעםטײן. מיר קארעםפאנדירן צװישן זיך נישט װי ברידער, נאר וױ פרײנט. א*ן דאס װיל איך אויך פון אײך. יעצט, ליבע כרײנה גלײב מיך, אז אונדזער ענין איז פולשטענדיק גענוי אויפגעקלערט געװארן און עס דארף שוין דעריבער קײן שום מיספארשטענדעניש נישט הערשן צוישן אונדזי איך האף אויף אײערע ברױו, װעלכע זאלן מיר געבן א גענוי בילד פון אײער לעבן דארט — אין גײסטיקן און איין פיזישן זין. װאם אנבאלאנגט מיר, איז שוין משמעות מײן ג*רל צו פארבלײכן אין דעם עמק הבכא. װאס זאל איך אלזא טאן ? א ברירה האב איך ? כ׳האב זיך לעצטנס גענומען לערגען ענגליש און כ׳מאך נישקשר,דיקע פארשריטן. כ׳לעז שוץ און פארשטײ שוין א ביםל (ע׳ ליטל), נאר רײדן װײס איל גישט צי איר קעו׳ װײל איך רעד נישט מיט קײנעם. כ׳משל מיר אן, אז אין לאנדאן אדער נױ־יארק רעדט מען אנדערש װי מײן בער־ דיטשעװער ענגליש. כ׳װאלט, נעבעך נויטיק באדארפט א ביסל קאנװער״ סאטיאן, װי א בלינדער אן אויג \ נאר װאם קען מען טאן ? מאלע װאם א מענטש דארף אלץ ? מעטאדן האב איך גענוג, װאס מײן ברודער האט מיר געלאזן, פארנדיק נאך פאלעסטיין. מױיצט דעריבער װי יענער װארעם אין כריױ און מ׳מײנט אז ס׳איז גישט דא עפעס זיםערס אויף דער װעלט• סדן צײט צו צײט ארדענען מיר אײן פארזאמלונגען׳ פאר• שטעלונגען, רעפעראטן און כדומה־זאכן׳ װאס מען קען זיך אין א