לידער געװידמעט כמיעלניק משה ילײזער מינץ הילף פאר ארנדזערע לאנדסלײט פאר די מענטשן אין מײן שטעטל איך בץ ערב — װײל אויך איך בין געבוירן דארט; צי דאם איז א פרײנט אדער א קרוב — העלפן מוזן מיר זײ אויפן ארט. איך זע מענטשן מיט הענט אויסגעשטרעקטע, פון הונגער אויסגעצערטע הויט און בײך צעשראקענע פנימער מיט װונדן באדעקטע, צי װעילן מיר זײ לאזן דארט אונטערגײן ? פארגעסט ניט די אײנזאמע יתומים קינדער װאם זענען פארבליבן אלײן אויף דער װעלט. העלפט זײערע פארװונדעטע נשמות, מזןכן לינדער פון די שרעקלעכע נויטך הונגער און קעלט. זײ בעטן בײ אונדז נישט קײן רוזמנות, װײל באצאלט ה$בן זײ א צו גרויםן פרײז, געגעבן האבן זײ מענטשן־קרבנות, און מיר גיבן בלויז א פדױן, א געלט־אויסלײז. װיפיל עם זענען נןןך פון אונזער שטעטל פארבליבן, צו העלפן זײ גיבן מיר אונדזער הײליקע שבוע׳ה, מיט פאראײניקטע כוחות װי פון א קראפט געטריבן — ז$לן די אומגליקלעכע כאקומען די װיטיקע רפואה. קדושים, קדושיס, איר הײליקע מארטירער, אײך צו פארגעסן איז אונדז אזוי שװער ו איר זײט קרבנות פון דעם נידערטרעכטיקן נאצישן פירער, אויף אײערע פרישע קברים מיר פארגיסן א טרער. און די פון צער, פון פײן און צװײפל ביז גאר, זײ מורמלען א תפילה צו דעם גרויםן אל־נקמות, און צינדן א יארצײט־ליכטל יעדעס יאר — צום אנדענק די מארטירער און זײערעי הײליקע נשמות.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1180
passage_d22c659709968e735b0cdbce
Passage 2normalized OCR · source chars 1182-1241
"((10*״ וץוסא •*(1 !>!>* ״!)•*1(0־״ סו(1 ^סמ 1**1 •1(1 ס1 *
passage_df24094c939eef737a18aa27