פאטער אװ זון ױסף פרידמאן — דער שטאט־בדחן און זײן זון קלמן פרידמאן — באקאנטעך מוזיקער יאםל מארשעליק, דער באװוםטער כמיעלניקער בדחן, איז געבוירן אין יאר 1885 אין כמיעלניק, שוין אין דער פריםטער ױגנט האט ער געהאט א נטיה צו גלײכװערטלעך, ליצנות און צו גראמען. ער האט אויך געהאט א געפיל פאר מוזיק. פון פאך א שנײדער פלעגט ער בײם שער־און־אײזן זינגען און פארפאםן גראמען. שוין אלם ױנגערמאן איז ער געװארן דער אנערקענטער בדחן אין שטאט. ער פלעגט דערשײנען אויף ״פארשפילן״ אין חתונות און משמח זײן דעם עולם. קלעזמארים האבן זיך אן יאסל מארשעליק נישט גערירט. ער האט געהאט א ספעציעלן רעפערטואר פאר נגידישע חתונות און א םפעציעלן פאר ארעמע חתונות. אויף ארעמע חתונות איז ער אויפגעטראטן אן געלט. זײן פײנער הומאר און מיט נשמה אויםגעזונגענע אלײן געשאפענע קאמפאזיציעס׳ איז געװען דורכגעדרונגען מימ ײדישן ״בטחוך און קרעפטיקער פאלקםטימלעכקײט. דאס שנײדערײ צוזאמען מיטן בדחנות האבן אבער קײן פרנסה נישט געגעבן פאר זײן פרוי מיט פינף קינדער. קארל (קלמן) פרידמאן קאנצערט־װיאלאניסט אין כאסטאן — אמעריקע אין יאר 1927 האט ער עמיגרירט קײן אמעריקע. דארט האט ער שװער געארבעט פיל יארן ביז ער האט אין יאר 1934 אראפגענומען זײן פרוי דרעיזל, די טעכטער און זין.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1118
passage_6c241724e42cfb30869cf61b
Passage 2normalized OCR · source chars 1120-1655
אײן טאכטער איז געבליבן אין פוילן און איז אין ראדעם אומגעקומען מיט איר מאן און קינדער. זײן עלטסטער זון קלמן (קארל) אייו א באוװםטער פידלער אין באםטאן, שפילט אויך אקארדיאן און פיאנע און שטײט בראש פון א גרויםן באסטאנער ארקעםטער׳ װאם טרעט אויף מיט עפנטלעכע קאנצערטן אין ראדיא און מעלעװיזיע. ער מיט זײן ארקעםטעד נעמען אויך אנטײל אין אלע צױניםטישע אונטערנעמונגען. ער איז אויך א קאמפאניסט און איז פאפולער אין באםטאן אלם בארימטער פידלער• אויף דער װײטערדיקער זײט ברענגען מיר נאטן פון א ליד, װאם קלמן פרידמאן האט פארפאםט, געװידמעט אונדזער שטעטל.
passage_fc6232c5f89070634e221747