Original scan
Original memorial-book scan 516
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-832

1031 פ נ ק ם כ־מיעלביק 1032 נישט גערעכנט׳ וױיל אונדזער געװיסן איז רײן. מיר האבן געהאנדלט לויט אונדזער רײנעם פארשטאנד און לויט אונדזער רײנעם געװיםן. פון אלע האבן מיר אויםגעקליבן די 118 מאן פון דער רשימה, װײל די זענען די װיכטיקםטע. דעריבער געערטע הערן, אויב ם׳װעט אפשר װער פון כמיעלניק צו אײך עפעס שרײבן װעגן אונדז, װערט איר העפלעך געבעטן נישט אכט צו נעמען אזא מין בריװ. װײל געבן אזעלכע מענטשן װעלכע ברױכן נישט, האבן מיר נישט געװאלט. געגעבן האבן מיר נאר צו אזעלכע װעלכע איר װעט לויט אונדזער רשימה זען, און דאם זעו,$ן געװעזן די װיכטיקסטע. געערטע הערן. אויך די גמילת חםד־קאסע פון כמיעלניק װעט אפשר שרײבן צו אײך, מאכן מיר אײך אויפמערקזאם אז דאס איז א מענטש װעלכער האט אקופירט די גמילת חסד־קאםע, א מענטש װעלכער זוכט אײגענע גוצן♦ מיר האבן שוין װעגן דעם אמאל צו אײך געשריבן. קורץ — איר װערט געבעטן נאך אמאל גישט אין אכט צו נעמען קײנע

passage_a19baa0da0375d1bdfb51490
Passage 2normalized OCR · source chars 834-1623

אנקלאגעס, וױיל מיר האבן לויט אובדזער פארשטאנד מענטשלעך אוז מאראליש די 200 ךאלאר אויף פסח פארטײלט. מיר האבן אײך אויפגע־ האלטן אביסל מיטן ברױו, איז דאם די סיבר״ װאס 2 פון אונדז זענעץ געוועזן פארײזט עטלעכע װאכן און דעם בריװ שרײבן צו אײך האבי מיר געװאלט אלע צוזאמען. קורץ — מיר דאנקען אײך נאך אמאל אין אונדזער נאמען און אויך אין נאמען פון די 118 מאן, װעלכע האבן פון דעם געלט באקומען. מיר װינטשן אײך אלע פיל גוטס און דערלעבט עם איבעראיאר. זײט אלע הערצלעך געגריםט. דער קאמיטעט : 1. שלמה זיעלאני ״, 2. שמואל יאסל אבראמאװיטש ? 3. יעקב ראזעבבערג ; 4 הירשל װײצמאן ? 5. שרה ליבערמאן. 2. כמיעלניק, 27־טער אפריל 1939 צום פארײניקטן כמיעלניקער הילפס־קאמיטעט אין אמעריקע, חשובע הערן ! מיר, דער קאמיטעט פון 5 אין די פערזאנען שלמה זיעלאני, שמואל יאסל אבראמאװיטש, יאנקעל ראזענבערג, שרה ליבערמאן און דוד

passage_77bb00f6931ca377011a2633
Passage 3normalized OCR · source chars 1625-3210

װײצמאן װענןעו ׳1איו האט באפולמעכטיקט צו רעגירן מיט די 200 ךאלאי װעלכע איר האט געשיקט פאר די ארעמע נויטלײדענדע כמיעל־ ניקער ײדן אויף פםח, באשטעטיקן אײך דאס מיר האבן אײער בריװ מיט די 200 דאלאר דערהאלטן און אלץ געטאן לויט אײערע איבסטרו־ קציעם. מיר האבן זיך גלײך צוזאמענגעקומען און פונאנדערגעטײלט דאס געלט. חשובע ריערן, זײט אבער װיםן, אז בײם הײנטיקן מאמענט פוגאנדערצוטײלן געלט אויף פםח איז פיל שװערער װי צוזאמענצונעמען דאס געלט. הײנט איז די צײט זײצר א געדריקטע אין כמיעלניק. דאם ארעמקײט איז זײער גרוים. חוץ ארעמע־לײט װעלכע גײען נאך נדבות יעדן טאג איז פאראן א גרויסער טײל בכבודיקע מענטשן װעלכע זענען שטארק פארארעמט געװארן. ס׳איז אונדז זײער שװער געװעזן צו ארבעטן מיט אזא קלײנעם םכום — סס2 דאלאר. נאר װאס האבן מיר געקענט טאן ? מיר האבן געזען צו פארטײלן, אז יעדער זאל עפעס קריגן. דעריבער זײט װיסן אז פון די סס2 דאלאר האבן באקומען שטיצע 121 פערזאן לויט דער בײגעלײגטער רשימר,. די דאלארן האבן מיר געמוזט אויםטוישן אויף זלאטעם. מיר האבן באקומען 1054 זלאטעם, פון דעם האבן מיר פארברויכט אויף אויסגאבן 11 זל. און 1043 זל. האבן מיר פונאנדערגעטײלט. פאקטיש אין נאמען פון די אלע 121 פערזאן דאנקען מיר אײך פאר דער שטיצע. מיר און אויך זײ אלע װינטשן אײך פיל גוטם. איר שרײבט אונדז דאם איר באקומט פיל בריװ פון לאנדםלײט װעלכע באקלאגן זיך אויף אונדז. איר װערט זײער געבעטן קײן שום אנקלאגעם נישט צו .נעמען אין באטראכט, װײל די ארימקײט איז גרויס און געבן האט מען געמוזט װער עם האט די האנט אויסגעשטרעקט. צופרידנשטעלן יעדן אײנעם װיפיל ער האט געברויכט, האבן מיר באדארפן צו האבן עטלעכע הונדערט דאלאר. מיר האבן די 200 דאלאר געמוזט פארטײלן צװישן 121 פערזאן. דעריבער נעמט גישט אין אכט קײן אנקלאגעם. מער פארלויפיק קײן נײעם.

passage_f9b6a546ca32158494c1b5e9
Passage 4normalized OCR · source chars 3211-3376

זײט אלע הערצלעך געגריסט לעבט װויל און גליקלעך װי ס׳װינטשמ אײך דער כמיעלניקער קאמיטעט : שלמה זיעלאני, שמואל יאסל אבראמאװיטש, יעקב רױזענבערג, דוד װײצמאן, שרה ליבערמאן.

passage_25498c374d0791283698b868