95 פנקם כמיעלניק 96 טאבעלע נומ׳ 4 װי עס װײזט די טאבעלע זענען העכער 40% פון אלע באשעפטיקטע אין מלאכה און אינדוסטריע געװען פארנומען אין דער באקלײד־בראנזשע, העכער 14% — אין דער באאר־ בעטונג פון ארגאנישע שטאפן, קנאפע 11% אין דער האלץ־ אינדוסטריע, עפעס מער פון 10% אין דער דערנער־אינדוםט־ ריע, און העכער 8% אין דער טעקסטיל־בראנזשע. אין שײכות מיט דער טעקםטיל־אינדוםטריע איז כדאי צו דערמאנען דעם פאקט אז אין יאר 1866 האבן א פאר כמיעלניקער ײדן איבער־ גענומען די באװוםטע טוך־פאבריק פון זלמן פאזנער אין דארף קוכארי (נעבן פולטוסק, געגרינדעט אין יאר 1828), װאס האט זיך מיט א יאר פריער געהאט װידער געעפנט, און אויסגע־ ארבעט פויערישן ט ך. אבער זי האט אױך דאס מאל נישט געהאט קײן לאנגן קױם און אין א יאר ארום זיך פארמאכט. זי האט באשעפטיקט נאר ײדישע ארבעטער5). װען מיר פארגלײכן די פארהעלטענישן צװישן עקאנאמיש־ זעלבשטענדיקע און פאמיליעס־מיטגלידער אין בײדע פראפעס־ יאנעלע גרופעס (האנדל און מלאכה), זעען מיר אז אין דער גרופע הענדלער פאלט אוים אויף אײן עקאנאמיש־זעלבשטענ־ דיקן 3.5 און אין דער גרופע מלאכה און אינדוםטריע 2.4 משפהה־מיטגלידער ־ בײ בעלי־מלאכות זענען קינדער םריער געװארן זעלבשטענדיק װי בײ סוחרים (מיר נעמען אן, אז געקינדלט האט מען אין בײדע גרופעם גלײך).
װאס שײך אנדערע פרנםות בײ כמיעלניקער ײדן בײם סוף פון 19־טן יארהונדערט איז כדאי אונטערצושטרײכן דעם לפי־ ערך גרויםן פראצענט דינערשאפט און טאגלוינער — 262 פערזאן (7.7%), דערבײ באטרעפט די דינערשאפט פון װײב־ לעכן מין (דינסט־מײדלעך) קנאפע 70% פון דער דאזיקער גאנצער פראפעסיאנעלער גרופע (פאר דער גאנצער קעלצער גובערניע איז דער דורכשניטלעכער % פון דער דאזיקער גמפע %ס.7).
לפי ערך קלײן איז דאקעגן די צאל מלמדים און לערערס — םך־הכל 26, װאם צוזאמען מיט די משפחות באטרעפן זיי קנאפע 2% פון דער גאנצער ײד׳ באפעלקערונג. זײער שװאך איז אויך רעפרעזענטירט די גרופע א״ג םרײע פראפעםיעס און באאמטע: סך־הכל אײן אדװאקאט און פיר דאקטױרים (אדער פעלדשער, צװישן זײ 1 פרוי) און דרײ פערזאן׳ װאם צװײ פון זײ זענען געװען באשעפטיקט אין דער מלוכה־ אדמיניסטראציע (ארער געריכט). צו דער פולער כאראקטע־ ר׳־סטיק פון דער פראפעםיאנעלער סטרוקטור פון דער יידישער באםעלקערונג אין כמיעלניק בײם םוף פון 19־טן יארהונדערט דארף מען נאך צוגעבן אז שוין אין די 70־קער יארן זענען ײדן געװען אײגנטימער פון גארבארניעם — אין יאר 1876 זענען דא געװען 6 גארבארניעס װאס האבן באשעפטיקט 45 דרבעטער און זײער יערלעכע פראדוקציע האט באטראפן 9.496 רוב׳ — און פון פאבריקן פון פויערישן טוך — די 4 פאבריקן האבן אין אנגערופענעם יאר באשעפטיקט 37 ארבע־ טער מיט א פראדוקציע פון 325.ד רוב׳.
מען דארף נאך צוגעבן או נאר 1 ײד איז אין 1897 געװען באשעפטיקט אין מינעראל־גרובנס (נישט אנגעגעבן בײ װאם פאר אן ארט באשעפטיקונג) און אז דער פראצענט נישט באשעפטיקטע און אן א באשטימטער פראפעםיע איז לפי־ערך א קלײנער — ס״ה 10 משפחות (0.6%) — אין דער גאנצער גובערניע איז דער דורכשניטלעכער פראצענט פון אומפרא־ דוקטױוע און אן פאך א פיל גרעםערער בײ דער ײדישער באפעלקערונג. ער באטרעפט 6.0%. די גרויסע שריפה פון 2־טן אויגוסט 1876, װאם האט חרוב געמאכט די גאנצע שטאט — עס זענען דעמאלט פארברענט געװארן 208 הײזער און 416 קלײנע בנינים — האט שטארל ארונטערגעריםן דעם עקאנאמ־שן מצב פון דער באפעלקערונג און עם האט גענומען יארן ביז כמיעלניק האט זיך צוריק אויפגעבויט און צוריקגעשטעלט װירטשאפטלעך אויף די פיס6). הערות 1) אדיעזר פעלדמאן: ״די עלטםטע ידיעות װעגן יידן אין פוילישע שטעט. 14־16 יארהונדערט״ און בלעטער פאר געשיכטע, 1934, באנד 1, ז׳ 66. 2) םפר הזכרון — א נר־תמיד אונזער שטאט כמיעלניק (פראםפעקט). תל־אביב, ז׳ 7. 3) 611611^2 111 1£1111£611ס£י61ז\1611>1\נ 16(1 .1!6¥1ו1 01113*1 .5 .![ ,1901 ,03611?! •16£0*1£1 11118011611סק-118011>76\3011 4) 01*088181? 1118361611,721 18(61*61(1 3110118,721נ8601׳\ .3^׳8ז\,61? .58 .ז\ ,1897 ,גגז©(!!(!! 5) יעקב שאצקי : די ײדן אין פוילן פון 1772—1914 אין זאמלבוך ״ײדן אין פוילן״, נױ־יארק, 194, ז׳ 635. 6) .1878 ,1 .ז\ ,16£0*181ס? 8^\1681ס*1^1 ^8£10211*1§60ז§ *¥1111<ס81