Original scan
Original memorial-book scan 520
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1110

יעקב פרײדמאו / די ארגאניזירונג פװ די כמיעלניקער ״י״־ײי לאנדםלײט אין קאנאדע דרײ ארגאניזאציעם פון דויערנדיקן כאראקטער האבן די כמיעלניקער לאנדסברידער געשאפן און אויםגעבויט אין טאראגטא. אלע דרײ פונקציאנירן יביזן הײנטיקן טאג. אײנע פון די הויפט־אינםטיטוציעס איז די ״היברו םיק בענעפיט םאםייטי״, א פראטערנאלע און קראנקען־בענעפיט־ ארגאניזאציע׳ געגרינדעט אין יאר 1916. אחוץ די מאטעריעלע בענעפיטן װאם זי גיט אירע מיט־ גלידער — זוכט די ה.ם.ב.ם. אויך צו דינען אלע נאציאנאלע, םאציאלע און קולטורעלע נויטן פון די ײדישע פאלקםמאסן אין שטאט. די ״היברו סיק בענעפיט סאסײטי״ איז נישט געװען אויסגעשפראכן גאר פאר כמיעלניקער — צו איר האבן געהערט אויך ײדן פון אנדערע שטעטלעך. דאס זאגט אויך דער נאמען. אין איר זענען טאקע אנגענומען געװארן שיד־ לאװער, ראקאװער׳ קיעלצער און אנדערע לאנדםלײט• אונטער דעם זעלבן דאך פון דער םאסײטי איז אין דער זעלביקער צײט געעפנט געװארן א שיל פאר רעליגיעזע ײדן צו דאװענען אין די שבתים און ימים־טובים מיט אן אײגענער פארװאלטונג און כלי קודש, אונטער דער השגחה פון דער םאסײטי. שבת נאך טיש פלעגן זיך ײדן צוזאמענקומען, עפענען א םפר׳ לערנען משנױת און זומער זאגן ״פרקי אבות״. דאס איז געווען די צװייטע אינםטיטוציע.

passage_f338099e61bda45d0b5ef203
Passage 2normalized OCR · source chars 1112-2253

די דריטע אינםטיטוציע װאם איז געגרינדעט געװארן איז דער ״כמיעלניקער הילפס־פאראײך, װאס געפינט זיך אויך אין דעם זעלבן בנין אונטער דער פירערשאפט פון די כמיעלניקער פרויען. אין שפיץ פון דעם הילפס־פארײן האט זיך געשטעלט די פרוי רימל םטאר. פאר אלע דרײ אינםטיטוציעס זענען אין זײן צײט געװען פאראנטװארטלעך עטלעכע יחידים. דער פאקטישער איניצי־ אטאר, דער אנרעגער, לאנגיעריקער פירער, מוטיקער קעמ־ פער, דרײסטער דינאמישער װארטזאגער און אומדערמידלע־ כער פראקטישער טוער אויף פיל שטחים פון געזעלשאפט־ לעכן לעבן אין טאראנטא, איז געװען הערצקע קארנבלום. באלד אין די פרילינג־יארן פון זײן לעבן און ביזן לעצטן אטעם־צוג האט ער געטראגן דעם יאך פון די ארגאניזאציעם. אויך אין די צײטן פון שװערע קראנקהײטן, פיזישע לײדן און יסורים, איז ער שטענדיק געשטאנען אין שפיץ, געזארגט הארצקע קארנבלום ז״ל און געװאכט איבער זײ, און שטענדיק צוגעטראגן זײן חלק. ה. קארנבלום האט אין כמיעלניק געקראגן א ײדישע טרא־ דיציאנעלע דערציאונג. באלד װי ער איז ארויס פון ״חדר״, איז ער ארײן אין בית־המדרש לערנען ביחידות. אין בית המדרש איז א לערנער מער געװען אנגעװיזן אויף זיך אלײן, — צו לערנען ״פאר זיך/ צו ״טראכטן פאר זיך״ און צו ״זארגן פאר זיך/ ער האט אויך ארויסגעװיזן נײגונגען אין װעלטלעכע ענינים.

passage_550a0ff00e8f72c93f711f6b
Passage 3normalized OCR · source chars 2255-2812

ער איז געװען נאציאנאל געשטימט און ער האט געשטיצט דעם צױניזם, הגם ער איז קײנמאל קײן פארטײ־מענטש אין ענגען זין פון װארט נישט געװען. אין יאר 1912 בערך איז די צײט געװען גאר א קריטישע. די לעבנם־באדינגונגען גאר שװערע. ײדן, הויפטזעכלעך שנײדערם, האבן געארבעט אין שאפן פאר גאר א מינימאלע שכירות, װאם האט קוים געקלעקט אויף חױנה. אין יענע צײטן איז גאר קײן רײד נישט געװען צוצוטרעטן צו קויפן א בנין. די אקציע צו גרינדן אן אײגענע הײם, האט זיך דעמאלט, נאטירלעך, אנגעשטויסן אויף שװעריקײטן. אויף זײן איניציאטױו איז געגרינדעט געװארן א ״היברו גמילות חםדים־קאםע אף טאראנטא״,

passage_138bae022c053eb6ee0aac77