1041 יעקב פרײדמאן — לאנדםלײט אין קאנאדע 1042 דער קאמיטעט פון כמיעלניקער יזכור־בוך און הילפם־פאראײן אין טאראנטא׳ קאנאדע שטײענדיק פון רעכטס : מ. קלארמאן, א. לוקאװיעץ, א ניסנבוים, ח. פינקלשטײן, ה. מ. ױראװיטש, י. דיזנהויז, װ. מארטין, י. גאלדליסט, מענדעלעװיטש, מ. ױזנהויז זיצענדיק פון רעכטס : ש.מ. סטאר, ט. ניסנבוים — םעקרעטארן פון הילפם־פאראײן, א. מענדראװםקי, — פארזיצער פון יזכור־בוך־קאמיטעט. רײזל סטאר — פארזיצער פון כמיעלניקער הילפם־פאראײן, י. ראזן — קאסירער פון יזכור־בוך, יעקב פרײדמאן — סעקרעטאר פון יזכור־בוך־קאמיטעט. אין דער גמילות חסדים־קאסע האבן זיך גענויטיקט די נאר װאס ארײנגעקומענע כמיעלניקער אימיגראנטן, און נישט װײניקער האבן גענאםן ײדן פון אנדערע שטעטלעך, יװעלכע זענען אין צװישנצײט ארײנגעקומען אין לאנד. עטלעכע יאר שפעטער. די לעבנס־באדינגונגען האבן זיך פארבעסערט; אין די קעשענעם האט זיך שוין געפונען א גרעםערע מטבע, האט ה. קארנבלום גענומען פארװירקלעכן די שטרעבונגען צו קויפן אן אײגענעם בנין און דארט צו קאנצענטרירן די גאנצע ארבעט אונטער אײן דאך. אזוי איז אין יאר 1916 געקויפט געװארן די אײגענע הײם. דער בנין האט אין יענע יארן באטראפן איבער 10 טויזנט דאלאר. פאר יענער צײט איז דאם געװען א גרויסע מטבע.
בעת אן אלגעמײנער פארזאמלונג איז ה. קארנבלום דער־ װילט געװארן אלם פרעזידענט פון דער םאםײטי. בײ דער דאזיקער םארזאמלונג איז געלונגען ארויסצוקריגן גרעםערע בײשטײערונגען םון די מיטגלידער לטובת דעם נײ־געקויפטן בנין. דעם 15־טן םעפטעמבער איז ענדלעך געפײערט געװארן דער חנוכת הבית. בײ יעדער געלעגנהײט, װען א צענטראלע נאציאנאלע קערפערשאפט האט פראקלאמירט א געלט־קאמפאניע : — דער פאראײניקטער ײדישע אפיל, מעות־חיטין־פאנד, אדעד זאמלונגען פאר תלמוד־תורות, ײדישע פאלקס־־שולן, מושבי־ זקנים, פאלקם־פאראײן א. א. אינסטיטוציעם, פלעגן מיר נישט בלויז בײשטײערן ביד רחבה נאר מיר פלעגן טאקע פון אונזער פרײען װילן װאלונטירן צו העלפן אין יעדער געלט־ אקציע לטובת אלגעמײנע ײדישע אינטערעסן. אין לויף פון יארן זענען צוגעקומען פיל נײע מיטגלידער. דער בנין איז דאן געװארן אביםל ענג, נישט געװען גענוג פלאץ פאר אלע אקטױויטעטן, איז אויפגעקומען דער געדאנק אויםצוברײטערן די געבײדע. א םפעציעלער קאמיטעט װאס איז פאר דעם צװעק געשאפן געװארן, האט געזארגט פאר דעם די איבערבױאונג זאל ריכטיק דורכגעפירט װערן. נאכן רעמאנט איז אויםגעװאקםן א צװײ שטאקיקע געבײדע.