Original scan
Original memorial-book scan 522
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-642

1043 פנקס כמיעלניק 1044 דער אויבערשטער שטאק איז באשטימט געװארן פאר דער ״שיל״ צום דאװענען אין די שבתים און ימים טובים. צו די ימים־נוראים זענען אײנגעלאדן געװארן ספעציעלע חזנים. דער אונטערשטער שטאק איז באשטימט געװארן פאר פאר־ שידענע געזעלשאפטלעכע אקטױויטעטן. א שײן דעקארירטער זאל האט געדינט פאר פארזאמלונגען און אנדערע םאציאלע אונטערנעמונגען. די כמיעלניקער םאסײטי האט זיך גאר אויף א פײנעם אופן אויםגעצײכנט צװישן די פויליש־ײדישע לאנדסמאנשאפטן אין טאראנטא, הגם זי האט דורכגעמאכט פיל שװערע עטאפן און איר װעג איז נישט תמיד געװען אויסגעלײגט מיט רויזן. נישט שטענדיק איז געװען די פולע פארשטענדניש פון יעדן אײנעם װי אונז צוצוהעלפן אין שװערע מאמענטן.

passage_2fc4b2544aa4e7e35805d0a7
Passage 2normalized OCR · source chars 644-1786

גישט אײנמאל זענען מיר אין די קריזיס־יארן געזעסן אין די אװנטן׳ איבערדיסקוטירט די שװערע קריטישע לאגע, װאס האט זיך אין די דרײםיקער יארן אנגעזעצט סײ אין האנדל סײ אין ארבעט. דער אלגעמײנער מצב איז געװען גאר א שװערער. מיטגלידער האבן זײער מיטגליד־שטײער נישט געקענט צאלן, קײן םפעציעלער פאנד צו העלפן דעקן דעם ״דױס״ איז דאמאלט נישט געװען (שפעטער האט זיך אזא פאנד געשאפן), זענען די שטימונגען געװען שװערע, געדריקטע, האבן זיך אויסגעבילדעט צװײ גרופן : פעםימיסטן װאם האבן אלץ געזען אין שװארצע פארבן און געטענהט, אז מיר װעלן נישט אויםהאלטן דעם שװערן דרוק פון דער קריטישער צײט, און אפטימיסטן װאם האבן געטענהט : מיר װעלן אויסהאלטן, אויב מיר װעלן זײן מער אקטױו און מיט מער ענערגיע. די כמיעלניקער סאסײטי, לויט איר פארנעם און די ראל װאם זי האט געשפילט, האט צוגעטראגן גאר פיל צו בארײ־ כערן די ײדישע געזעלשאפטלעכקײט אין אירע אלע פארמען: זי האט אויך געזארגט צו העלפן פינאנציעל אויפשטעלן פאר־ שידעגע מוסדות און פאלקם־אינםטיטוציעס אין שטאט. זי האט אין א גרויםער מאם געשטיצט דעם קאנאדער ײדישן קאגגרעס, װאס שפילט אזא געװאלדיקע ראל מיט זײנע דע־ מאקראטישע פרינציפן אין ײדישן פאלקס־לעבן אין קאנאדע און שטײט שטענדיק אויף דער װאך ארויםצוטרעטן קעגן אנטיסעמיטישע דערשײנונגען.

passage_b8952d818272d7f853c8d475
Passage 3normalized OCR · source chars 1788-2483

אין 1935 האט די סאםײטי געפײערט — די״זילבערנע חתונה״ — דעם אפשלום פון 25 יאר טעטיקײט. דער ױבל־ױם־טוב װאם איז געפײערט געװארן מיט א גרויסן באנקעט, מיט פיל פראכט און שײנקײט, האט בולט באװיזן די קאלאםאלע דערגרײכונגען פון דער ה.ם.ב.ס., װאם זענען אפגעשאצט געװארן אין אלע קרײזן פון שטאט. דער ױבילעאום איז דעמאלט געפײערט געװארן אין בראנזװיק תלמוד־תורה־אוידיטארױם, װאס איז געװען פרעכ־ טיק דעקארירט מיט בילדער און בלומען. אין שײכות מיטן ױבילעאום איז ארויסגעגעבן געװארן א גרויםער שײנער זשורנאל מיט זילבערנע טאװלען, מיט ארטיקלען, די געשיכטע פון דער סאסײטי, באגריסונגען אץ פיל פאטאגראפישע בילדער, רעדאגירט פון יעקב פרײדמאן, װעלכער האט דערפילט דעם אמט פון סעקרעטאר• ס׳זענען טאלצע אין אברהם ניםענבוים טאראנטא

passage_d4fe6e04238c4fef48b4b683