1047 1048 פנקם כמיעלניק אימיגראנטן זענען געקומעז אין לאנד ארײן. ײדיש לעבן אין די אמעריקאנער לענדער האט שטענדיק געדארפט האבן א פרישע בלוט־אײנשפריצונג פון נײע אײנװאנדערער פון פוילן. בײם אויםברוך פון דער צװײטער ׳װעלט־מלחמה איז דער בנין װאם איז געשטאנען זינט לאנגע יארן אויף 350 דאנדעס סט. װעסט׳ פארקויפט געװארן. פון דעם האבן געליטן אלע דרײ אינםטיטוציעם : די סאסײטי, די שול און דער הילפם־ פאראײן. אלע זענען געצװונגען געװארן אפצוריכטן גלות ביז זײ האבן באקומען א נײע געבײדע. נאך א לאנגען זובן איז געלונגען צו קויפן א הויז אויף סד יארן סט. דאס קלײנע הויז׳ װאס איז באשטימט געװארן פאר דער כמיעלניקער שיל, האט געקריגן א נאמען דאם ״שילעכל׳/ און איז געװארן א שם־דבר אין שטאט. ס׳האט געדינט פאר אלע צװעקן. פון דארט איז ארויםגעגאנגען די גרעםטע מאס רעטונגסארבעט אין פארשידענע פארמען: פאקעטן׳ געלט, מעדיצין.
נאך דער מלחמה, װען די װעלט איז געװאדן פרײער, די טויערן פון אימיגראציע זענען אביםל געעפנט געװארן און אימיגראנטן פון פארשידענע לענדער האבן גענומען ארײנ־ שטראמען און זיך באזעצן אין דער ײדישער געגנט, האבן מיט דער צײט ײדן גענומען פארלאזן די פריער באזעצטע ײדישע הײמען אזוי װײט, ביז די גאנצע געגנט ארום איז באזעצט געװארן פון בלויז קריסטלעכע עלעמענטן. אט דעמאלט איז געלונגען צו קויפן א הויז אויף 213 װײנאנא דר. אין יאר 1959. דער בנין איז געמאכט געװארן אומאפהענגיק פון דער סאסײטי. ם׳איז געקומען צו א ריס צװישן ידער סאסײטי און דער שיל. די אײנציקע ממשותדיקע הילף סײ פינאנציעל סײ מאראליש, איז דער הילפם־פארײן. מוז מען טאקע מודה זײן, אז די פעאיקסטע געלט־קלײבער, די בעסטע אפיל־מאכער זענען בײ אונז די פרויען. 5000 דאלאר האט דער הילפס־ פאראײן צוגעטראגן צום קױף פון דער שיל. די נײע שיל האט א גוטע פאראנטװארטלעכע פארװאלטונג : פרעזידענט — אברהם גיסנבוים, טרעזשורער. — חײם סקראבאקי, רעקארדיךסעקרעטאר — אברהם לוקאװיעץ• עקזעקוטױױקאמיטעט : װילי מארטין, ױדל ראזן, משה סטאר, אריה מענד, הײמי ױראװיטש, חײם פינקעלשטײן׳ םעם קארנבלום, שלמה קאץ, אפרים פרידמאן, שידלאװסקי און מענדלעװיטש. כמיעלניקער הילפס־פאראײן
מיט איבער פיר צענטליק יארן צוריק איז געקומען א כמיעלניקער פרוי קײן טאראנטא — איר נאמען איז רײזל סטאר, די פרוי פון שמואל מאיר, װעלכער איז געקומען מיט עטלעכע יאר פריער צוצוגרײטן דעם באדן אויפצונעמען די פאמיליע אין דעםנײעם לאנד, קאנאדע. קײן גרױס פארמעגן פון דער אלטער הײם האט זי מיט זיך נישט מיטגעבראבט. קײן גרויםע עדוקאציע האט זי נישט געהאט. אײן זאך האט זי אבער מיט זיך יא געבראכט — א װארעם פילנדיק ײדיש־מענטשלעך הארץ. און אזוי עד הױפ האט זי אן אפן אויער פאר שטעטלדיקער ארעמקײט פון די פארגאנגענע .יארן. זי האט קײנמאל גישט פארגעםן די ארעמע מענטשן מיט װעלכע זי האט זיך שטענדיק באגעגנט אין דער אלטער הײם. זי האט זיך צוגעהערט צו דער שטים פון איר הארץ. װאס האט איר געזאגט — די מענטשן מוז מען װי ס׳איז העלפן. אזוי שנעל װי זי האט זיך אקלימאטיזירט און גענומען באקענען זיך בעםער מיט די באדינגונגען פון לעבן אין טאראנטא, באקענען זיך נענטער מיט די לאנדםלײט װאם האבן אײנגעװאנדערט פריער, האט זי אויף זיך גענומען די עבודה צו ארגאניזירן א ״רעליף־קאמיטעט״. נישט אזוי גרינג לאזט זיך אזא ארגאניזאציע באשאפן, בפרט אין יארן װען ם׳האט געהערשט א קריזים און מיט ארבעט איז געװען שװער. דאך איז איר געלונגען, און א קלײנע גרופע פרויען אונטער איר אײנפלוס האבן באשאפן די הילפס־ארגאניזאציע. רײזל סטאר
פרעזידענטן פון כמיעלניקער ד,י<פס־ארגאניזאציע אין קאנאדע (טאראנטא) רײזעלע — װי מען רופט ױ בײ אונדז. װערט רעספעקטירט אין אלע קרײזן. א װארעם ײדיש הארץ — טוט פיל פארן יחיד און כלל, באזונדערס פאר אונדזער פאראײן. אויך איר מאן םעם םטאר — א הארציקער פאלקסמענטש, לײםטעט פיל פאר אונדזער טעיטיקײט.