1049 יעקב פרײדמאן — לאנדםלײט אין קאנאדע 1050 60־יעריקער ױבל פון עסקן יעקב פרײדמאן אין טאראנטא, קאנאדע. פון רעכטס : שמואל פריידמאו (זון פון בעל הױבל), פרוי טעמע פרײדמאן, יעקב פרײדמאן פון לינקס שט״ענדיק : יװל ראזעי, קאסירער פון יזכור־בון, רײזל סטאר, פארזיצערין פון כמיעלניקער הילפס־ פאראײן . װען די ערשטע םומע געלט איז געשיקט געװארן קײן כמיעלניק איז באמת געװען א ױם־טוב. דאנק־ברױו אין די צענדליקער זענען דערהאלטן געװארן מיט הארציקע באגרי־ כונגען. דאס האט א שטוים געגעבן די מענטשן פארצוזעצן די הילף־ארבעט מיט א םך אימפעט, אויסצוברײטערן די אקטױויטעטן און ארײנצוציען מער פרויען. רײזל םטאר האט קײנמאל נישט אויפגעהערט צו רעדן װעגן שטעטל — פאר אירע אויגן האט זי שטענדיק געזען די אלטע הײם צו װעלכער זי האט זיך געפילט באהאפטן מיט אומזעבארע פעדימ. יעדע אונטערנעמונג װאם זי האט גענומען אויף זיך אדורכ־ צופירן, צו שאפן געלט, האט איר אדורכגעדרונגען מיט א געפיל פון פרײד. זי האט שטענדיק מיט א װארימען שמײכל בעת די פארזאמלונגען גערעדט צו די מענטשן. כאטש זי איז קײן גרויסע אראטארין נישט, װערן אירע רײד הארציק אפלאדירט. נאך מער : יעדער האט אין איר דערפילט דאם הארץ פון א הײמישער ליבלעכער מאמע. דער כמיעלגיקער הילפס־פאראײן איז אזוי ארום געװארן א שם־דבר אין טאראנטא און די אלע, װאם האבן מיטגע־
ארבעט אין דעם הילפס־פאראײן האבן געהאט דאם געפיל, אז זײ טוען א הײליקע ארבעט. בײם אויםברוך פון דער צװײטער װעלט־מלחמה, װי נאר די גרויליקע ידיעות האבן אונדז דערגרײכט, האט דער הילפם־ פאראײן גערופן א םפעציעלע זיצונג פון דער עקזעקוטױוע, כדי צו אלארמירן די לאנדםלײט און אויםצוארבעטן קאנ־ סטרוקטיװע הילפס־פלענער, אויב ס׳װעט זיך נאטירלעך עפענען א װעלכע נישט איז מעגלעכקײט. הגם אזא מעגלעכ־ קײט האט זיך דעמאלט גאך נישט געזען, האבן מיר אבער געהאלטן, אז גרײט דארף מען זײן. צו דער אויםערארדנטלעכער זיצונג האט מען מיך אײנגע־ לארן, איך זאל אויםארבעטן אן אויפרוף ארויםצושיקן צו אלע כמיעלניקער לאנדם־ברידער. דער אויפרוף איז אויך אפגע־ דרוקט געװארן אין דער ײדישער טאג־צײטונג אין טאראנטא. זונטיק נ. מ. האט דער עולם גענומען שטראמען צו דער גרויסער פארזאמלונג. הרב א. א. פרײם האט אין זײן רעדע אזוי אויפגעשטורמט די מענטשן, אז אלט און ױנג האבן געגאסן מיט טרערן. עם זענען אגגענומען געװארן אלארמירנדיקע רעזאלוציעם,