Original scan
Original memorial-book scan 526
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1086

1051 פנקס כמיעלניק 1052 קאמיטעטן זענען דערװײלט געװארן, פרישע כוחות װאס זענען ביז דעמאלט געשטאנען װײט, האבן זיך פארפליכטעט נישט צו רוען. ם׳האט זיך אױפן ברײטן מאםשטאב אנטװיקלט א גרויםע הילף־אקציע. ס׳זענען צוגעצויגן געװארן זאגאר מעגטשן פון אנדערע שטעטלעך. ם׳זענען צוגעגרײט און ארגאניזירט געװארן פארשידענע אונטערנעמונגען צו שאפן געלט־מיטלען פאר ברידערלעכער הילף. װען די מלחמה האט אויפגעהערט, האבן מיר זיך געשטעלט אין באלדיקער פארבינדונג מיט געראטעװעטע. אונזער לאנדס־ ברודער מעקם פעדערמאן איז געפארן אין א םפעציעלער שלי־ חות, פארזען מיט דאקומענטן פון דער קאנאדער רעגירונג. מיט אים האבן מיר מיטגעשיקט סומעם געלט. ער האט גע־ האלפן אויםארבעטן פאפירן, ארויםבאקומען װיזעם בײ דער קאנאדער רעגירונג, געדעקט רײזע־קאםטן פאר כמיעלניקער׳ װאם זענען ארײנגעקומען אין טאראנטא. א שליח פון אמעריקאנער ײדישן װעלט־קאנגרעם איז אפגעפארן קײן פוילן, מיר האבן זיך מיט אים געשטעלט אין פארבינדוגג; ער איז ספעציעל געקומען קײן טאראנטא. מיט אים האבן מיר מיטגעשיקט א גרויסע סומע געלט פאר פאר־ בליבענע געראטעװעטע כמיעלגיקער ױנגעלײט אין פוילן. א ספעציעלער קאמיטעט האט זיך פארנומען מיט שיקן פעקלעך שפײז און מעדיקאמענטן.

passage_407a77a051aed4cf393390ff
Passage 2normalized OCR · source chars 1088-1993

די מענטשן װאם האבן זיך באשעפטיקט מיט די פעקלעך, פאקן און עקםפעדירן קומט באמת א ײשר־כוח, און זײערע נעמען װערן דא עפנטלעך דערמאנט פאר זײער אומדער־ מידלעבער ארבעט ; ה. קארנבלום, רײזל םטאר, אברהם ניםנ־ בוים, משה יצחק ױראװיטש, משה ניסנבוים, הײמי ױראװיטש, טאלצע ניסנבוים, רבטשע װישליצקי, װילי קלײנערט, ג. פינקעלשטײן און אנדערע. די איבער צװײ הונדערט כמיעלניקער װעלכע זענען ארײנ־ געקומען קײן טאראנטא, זענען מיט װארעמקײט אויפגענומען געװארן. יעדער אײנער האט באקומען א גרעםערע םומע געלט און הילף בײם קריגן ארבעט און דירות. מיר האבן זײ ארײנ־ געשטעלט הויז־זאכן, צוגעטראגן יעדע מעגלעכע הילף, זײ זאלן זיך קענען אײנגלידערן אין לעבן און נישט פילן זיך איזאלירט. כמיעלניקער הילפם־פאראײן די פירערשאפט פארן יאר 1959 פארזיצערין — רײזל םטאר, װיצע־פארזיצערין — א. עלעקםאן׳ פינאנץ־סעקרעטאר — א. ניםענבוים, פראטאקאל סעקרעטאר — א ניסענבוים׳ האספיטעלער — ב. זעליגמאן, טרעזשורער — מ. װערגער. מיטגלידער פון כמיעלניקער הילפם־פאראיױ

passage_31ae25c61a5611a467620698
Passage 3normalized OCR · source chars 1995-2961

הרב א. א. פרײם, א. עלעקםאן׳ ב. בערגמאן באנאך, י. קארנבלום, פ. דײמענד, ר. דיליק, ם. דײמאנד, מ. דיזענהויז, ר. פרײדמאן, א. טשארפניק, מ. פעדערמאן, י. פרענקל, פ. פרידמאן, ג. פינקלעשטײן, י• גרינװאלד, ה. געלבלום, ד. הא־ ראװיץ, ס. אײזנבערג, ס. דארבין, ה. ױראװיטש א. ד. טשארני, װ. גיבלאן, כ. פאםטערנאק, פ. ראטשטײן, ה. רובינשטײן, ט. לענדים, י. ראדזינםקי, ד״ גיבלאן, ה. מעקלער, י. גראםבערג, קריסטאל, י. זשערניצקי, י. טשאפניק, י. דיזענהויז, מ. קארנ־ בלום, י. פרידמאן, װ. קלײנערט, ה. קארנבלום, א. לאדאװסקי, לעפקאװיטש, א. מענדראװםקי, כ. מאדאניק, א. מארקוס װ. מארטין, א• ניםענבוים, ל. פאםטערנאק פ. פאסטערנאק, פא־ מיטאף, פ. פאםטערנאק, פ. ראזענבערג ט. םקראבאצקי, ד. סקראבאצקי, מ. םקראבאצקי, ב. םקראבאצקי, ר. סטאר ר. סילװער, ג. סאלאצבערג, ז. טרימבל, ר. ױראװיטש ר. ױרא־ װיטש, כ. ױראװיטש, ל. װערגער ב זעליגמאן, ל. גוזר, פ. זעלינקא, ר. מארטין; כ. טשאפניק, ל. װענגער• ם• שולמאן, ד״ שידלאװםקי, א. טראמבעצקי, י. אראבאך, ק. װישליצקי, ג. דײמענד׳ ס. ױדקין׳ ם. גארפינקל, י• אדלער, מ. גודמאן. ¥

passage_d5392ef6318aa31136c7c404
Passage 4normalized OCR · source chars 2963-3381

צום םוף לאמיר נאכאמאל אונטערשטרײכן, אז די װיכ־ טיקםטע ארבעט אין טאראנטא װערט געמאכט דורך אונזערע פרויען׳ אזוי ביזן הײגטיקן טאג. זײ זעצן פאר די זעלבע אקטױויטעטן מיט דער זעלבער אידעאלער ליבשאפט. דער כוח פון שאפן געלט איז בײ זײ נישט שװאכער געװארן. מיט זײער געלט־שטיצע שפארן זײ אן אין פיל צדקה־אנשטאלטן אין שטאט, שטיצן די גרעסטע נאציאנאלע אינסטיטוציעס און פארזעען קײנמאל נישט מדיגת ישראל און זײערע לאנדם־ ברידער אין ישראל.

passage_6906127ca2a49c687113439b