Original scan
Original memorial-book scan 527
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1102

הילפס־פאראיױ פװ כמיעלניק אװ אומגעגנט אױ ארגענטינע גרינדונג : אויף דער אינציאטױו פון א גרופע כמיעלניקער לאנדםלײט איז אין ױלי 936נ געשאפן געדוארן אונדזער פאר־ אײן, װעלכער האט זיך געשטעלט פאר א ציל צו דערלאנגען מאראלישע און מאטעריעלע הילף פאר אונדזערע לאנדסלײט אין ארגענטיגע און ספעציעלע הילף פאר נײ־געקומענע אימיגראנטן פון דער אלטער הײם, אויף דער באזע פון ײדישע נאציאנאל געזעלשאפטלעכע יסודות. אונדזער פאראײן זעצט פאר זינט דעמאלט זײן טעטיקײט סײ אויפן לאקאלן געביט םײ אין אלגעמײנעם נאציאנאל געזעלשאפטלעכן לעבן פון ײדישן ישוב אין ארגענטינע. ל״־קאםע : עס איז געגרינדעט געװארן א לײ־קאםע, װעלבע האט ארויםגעגעבן הלװאות פאר אונדזערע לאנדסלײט• לעצטנס איז די קאסע באדײטנדיק אויסגעברײטערט געװארן און איז איצט שוין ביכולת ארויםצוגעבן גרעסערע הלװאות פאר אונדזערע לאנדםלײט. הילף פאר דער אלטער ה״ם: בײם אויםברוך פון דער צװײ־ טער װעלט־מלחמה איז בײ אונדז געשאפן געװארן א פאר־ ברײטערטער עמערגענץ־קאמיטעט, װעלכער האט באלד אונ־ טערגענומען א גרעםער געלט־אקציע צו העלפן אינדזער הײם־ שטעטל כמיעלניק. צוליב דעם גרויסן אומגליק, װאס איז געשען דעם פוילישן ײדנטום, האבן מיר שוין נישט געקענט קומען אין קאנטאקט מיט אונדזער שטעטל.

passage_65bdadaad5c2df7b9d7e74f9
Passage 2normalized OCR · source chars 1104-2161

הילף פאר פליטים : באלד װי עס האט זיך געענדיקט דער קריג, װען ם׳האבן אנגעהויבן קומען די ערשטע ידיעות פון דעם בלוטיקן םך־הכל׳ אז עם האט זיך געראטעװעט אײנער פון הונדערט, האבן מיר אנגעהויבן איבערװײזן די ערשטע הילף פאר אונדזערע געראטעװעטע אין די לאגערן. א גרעסערע סומע האבן מיר צוזאמען מיטן צ׳־פארבאנד פין פוילישע ײדן געשיקט קײן שװעדן. דערהאלטנדיק ליםטעס פץ די לאגערן האבן מיר איבערגעװיזן יעדן פליט אינדױוידועלע הילף, א טײל פון זײ אויף הוצאות צו פארן קײן ישראל. אין דעם גרויםן טראנםפארט פון קלײדער און װעש, װאם דער צענטראל־פארבאנד האט געשיקט קײן פוילן, האבן מיר אנ־ טײלגענומען מיט אכט קאסטנם פאר אוגדזער שטעטל כמיעל־ ניק, װעלכע זענען ריכטיק אנגעקומען און פארטײלט געװארן. שפעטער האבן מיר געשיקט דורך דער ײדישער באנק א גרע־ סערע סומע פאר א גרופע פליטים אין ציפערן. הילף קײן ישראל : מיט דער אנטשטײונג פון מדינת ישראל זענען עולה געװען 250 פליטים־פאמיליעס פון אונדזער שטע־ טל, װעלכע האבן זיך אנגעהויבן אײנצוארדענען מיט דער מיטהילף פון אונדזער לאנדםלײט־פארײן אין תל־אביב. װאס דער באל פון כמיעלניקער ל.ל.־פאראײן אין ארגענטינע צום פרײהײט־ױם־טוב פון ישראל — ױם העצמאות.

passage_97522435bf89224434818b7d
Passage 3normalized OCR · source chars 2163-3064

האט זיך באלד געװאנדן נאך אונדזער מיטהילף, און מיר האבן זי באלד געשאפן דורך זאמלונגען און אונטערנעמונגען צװישן אונדזערע לאנדסלײט אין ארגענטינע. מיר האבן אי־ בערגעשיקט באדײטנדיקע סומעס. ביזן הײנטיקן טאג שטײען מיר אין ענגען קאנטאקט מיט זײ און שיקן זײ איבער כסדר־ דיקע פעקלעך־טראנספארטן. מיר האבן אויך געפירט א ברײטערע אקציע פארן ארויםגעבן דאם יזכור־בוך. גלײכצײ־ טיק װערט געפירט א זאמל־אקציע פארן ״יער הקדושים״. געזעלשאפטלעכע טעטיקײט : מיר פירן א ברײטע טעטיקײט צוזאמען מיט דער גאנצער נאציאנאל־לאנדסמאנשאפטלעכע באװעגונג, אנגעפירט דורכן צענטראל פארבאנד — נאציאנאל־ ראט, אנטײלנעמענדיק אין אלע טעטיקײטן װאס די צענטראלע פירט. מיר נעמען אנטײל אין דער ארבעט פון פאראײניקטן קאמפײן דורכפירנדיק די זאמלונגען בײ אונדזער פארװאלטונג און מיטגלידער. אויף אלע אונדזערע פאמיליע־שמחות זאמלען מיר פארן קרן קימת לישראל. מיר האבן א ביבליאטעק פון ײדישע ביכער, װעלכע װערן ארויםגעגעבן צום לײענען אונדזערע מיטגלידער אן שום אפצאל.

passage_580c026ec50d5020f79cdc58
Passage 4normalized OCR · source chars 3066-3551

מיר נעמען אנטײל אין אלע פאמיליע־שמחות בײ כמיעל־ ניקער װי אײן משפחה. יעדעס יאר פירן אדורך בײם מאנו־ מענט פון 6 מיליאן קדושיס, װאם געפינט זיך אויפן בית־ הקברות אין בוענאס־אײרעס א הזכרה־אקט צום אנדענק פון די קדושים פון אונדזער שטעטל. עס װערן דערבײ אויך פאר־ טײלט יזכור־ליכט, װאס װערן געצונדן אין די װוינונגען פון אלע לאנדסלײט. מיר טרעפן זיך דעמאלט אויך צוזאמען און הערן דעראינערונגען פון דער אלטער הײם און באזונדערם פון דער צײט פון חורבן. די הײנטיקע פארװאלטונג באשטײט פון * באריס קנאבל —

passage_2f0cbd8dcf65ee0e3883945b