ש*רל דײטלבױם / די טעטיקײט פװ די כמיעלניקער לאנדםלײט ״י״• אױ פאריז די כמיעלניקער לאנדםמאנשאפט, פארנעמט אן אנגעזעענעם ארט אין ײדישן געזעלשאפטלעכן לעבן אין פאריז און נעמט אן אקטיװן אנטײל אין אלע זײנע טאג־טעגלעכע זארגן און פרײדן. די ײדישע לאנדםמאנשאפטן, נאכן גרויםן חורבן׳ האבן זיך איבערגעשטאלטיקט און אנגענומען אן .אנדער כאראקטער װי פארן קריגי. פון א קאװא־סאסיעטע האבן זײ זיך פארװאנ־ דלט אין סאציאל־געזעלשאפטלעכע און קולטור־ארגאניזאציעם און פאראיגטערעסירן זיך מיטן גאנג פון די געשעענישן אין אלגעמײנעם און ײדישן לעבן פון פראנקרײך. די כמיעלגיקער, קלײן אין דער צאל, האלטן זיך צוזאמען און טוען אלץ, אז די םענטימענטן, װאם פארביגדן זײ מיט דער אלטער הײם, זאל דא׳ אויפן נײעם באדן, שאפן באדיג־ גונגען פון ברידערלעכן צוזאמענלעבן צװישן דער קלײנער צאל לעבנגעבליבענע פון גרויזאמען חורבן. שוין אין 1905־טן יאר — אין יאר פון פאגראמען און אויפטרײםלונגען אין דעמאלםדיקן צארישן רוםלאנד, אונטער דער הערשאפט פון װעלכער עם איז געװען אויך פוילן, שוין דעמאלט זעגען געװען כמיעלניקער עמיגראנטן אין פאריז• אין יאר 1929 איז געגרינדעט געװארן א בשותפות־ דיקע לאנדסמאנשאפט פון כמיעלניקער און סטאפניצער אין פאריז. די איניציאטארן זענען געװען־ מאטל װײםבארט און שארל דײטלבוים (פאריז)
צדוק קאנערצוקער. דער פארײן האט עקזיםטירט צװײ יאד און געװען גוט באקאנט אין פאריז מיט זײן טעטיקײט. אין יאר 1933 האט פרובירט פרײנט דײטעלבוים צו גרינדן א כמיעלניקער אומפארטײאישע סאםיעטע. דער פרװו האט זיך נישט אײנגעגעבן. די זעלביקע קרײזן האבן צוזאמען מיט די קעלצער און אומגעגנט, זיך אנגעשלאםן אין דער צעג־ טראלע פון די פאטראנאטן. זײ האבן געשיקט געלט פאר די פאליטישע ארעסטירטע, װעלכע האבן געשמאכט אין די פוילישע תפיסות און קאנצענ־ טראציע־לאגערן. זײ האבן זיך, צוזאמען מיט די קעלצער, באטײליקט אין דער זבאנשין־אקציע. זײ האבן געגעבן הילף פאר די געליטענע פון דער פארפלײצונג אין קראקע און פאר די קעמפער אין שפאניע, װו דער כמיעלניקער לאנדסמאן, באקאגטער טוער פון ױגגט־קלוב ״איק״, שלמהלע פעלמאן, איז געשטאנען אין דער שפיץ פון דער ״באטװין־קאמפאניע״. דער שלמהלע, א פארװונדעטער, מיט א צװײטן כמיעלניקער — לעאן רובינשטײן — א שװער־פארװונדעטער, זענען צוריקגעקומען אין פראנקרײך, װו זײ האבן זיך אויסגעהײלט, און צוזאמען מיט א גרופע פון 40 מאן, אפגעשיקט געװארן די עקזעקוטױו פון פאראײן אין פאריז
םון רעכטם אױף לינקםז 1) קאהן יצחק, דער מאן פון עלקע קאנערצוקער ז״ל׳ 2) פאםטערנאק יעקב, 3) 1 4) זשאק װיעטשניאק, 5) לעמבערג יץקב, 6) לעמבערג דינה ? 7) שװיעטשניק בערל, 8) פרוי שידלאװסקי 9) שארל דײטלבוים, 10) פנחם שידלאװםקי. זז) ז שטײט: פישל ראזנבערג.