Original scan
Original memorial-book scan 531
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1055

1061 שארל דײטלבוים — כמיעלניקער אין #אריז 1062 פרעזידענט פנחם שידלאװםקי קײן ראטנפארבאנד. דארט זענען די צװײ כמיעלניקער לאנדם־ לײט געװארן קעמפער אין דער רויטער ארמײ. א דריטער כמיעלניקער לאנדסמאן — הערש־װאלף פאס־ טערנאק, װעלכער איז געװען דער לעצטער בײם אפרעטן און דערצו נאך א פארוװנדעטער איז אריבער די גרענעץ קײן פראנקרײך און צוזאמען מיט זײן שװאגער, דעם לאנגיאריקן טוער אין דער ארבעטער־באװעגונג, העשל לאנגװאלד און םיל אנדערע, ארײנגעפאלן אין לאגער, װו זײ האבן געשמאכט נײם טרויעריק־באקאנטן לאגער־רעזשים׳ ביזן אויםברוך פון קריג. א באפרײטער האט זיך העשל לאנגװאלד פרײװיליק אנגאזשירט אין דער פראנצויזישער ארמײ. נאכן קריג קומט העשל צוריק קײן פוילן און שטעלט זיך אין דינםט פון דער פאלקם־דעמאקראטישער פוילישער מלוכה. די לאנדסלײט םאלאזש — אפיציר פון אינפאגטעריע און גרינבוים זענען געפאלן אויפן שפאנישן פראנט. אט םאר די דאזיקע כמיעלניקער קעמפער אין שפאניע האט די כמיעלגיקער געזעלשאפט צוזאמען מיט דער קעלצער געמאכט זאמלונגען, אונטערגעמונגען, בלימל־טעג און אלץ, װאם מעגלעך בכדי זײ צו געבן די מאקםימאלםטע הילף. אזוי האט מען געםירט א טעטיקײט ביזן אויםברוך פון קריג.

passage_f26b7d983d5d116836d81911
Passage 2normalized OCR · source chars 1057-2202

בעתן קריג איז קײן אפיציעלע געזעלשאפטלעכע ארבעט גישט געפירט געװארן, אבער אויף אן אינדױוידועלן אופן איז די ארבעט פארגעזעצט געװארן, און אפילו גאנץ איג־ טענםױו. אזוי צום בײשפיל. האט דער כמיעלגיקער דעלעגאט אין דער צענטראלע פון די פאטראנאטן, ריזיקירנדיק מיט זײן לעבן אונטער היטלערם ממשלה, געזאמלט געלט בײ זײנע לאגדםלײט און בײ אנדערע און עם .אלײן פארטײלט פאר די פרויען און קינדער פון די אינטערנירטע, קריגס־געפאנגענע און אנדערע קריגם־קרבנות. יעדע פון די פרױען פלעגט קריגן 200 פראנק א װאך. די דאזיקע אומלעגאלע טעטיקײט האט זיך געצויגן ביזן 42־טן יאר. נאך דער באפדײאונג איז, דורך דער איגיציאטױו פון פרײנט דײטעלבוים, געשאפן געװארן די איצטיקע געזעלשאפט ״די כמיעלניקער לאנדסלײט אין פאריז״. בײם אנטשטײן פון דער דאזיקער געזעלשאפט זעגען געװען אינגאנצן 20 —25 מיטגלידער. צוליב איר קלײנצאליקײט האט זי זיך לכתחילה געהאט פארײניקט מיט די קעלצער. אבער שפעטער צו האט זי זיך אפגעטײלט און געװארן א זעלבסט־ שטענדיקע געזעלשאפט. די ערשטע ארבעט איז געװען — דאס אנבינדן א קאג־ טאקט מיט די אמעריקאנער לאנדםלײט, װעלכע האבן זיך זײער װארעם אפגערופן אויף די לײדן פון זײערע לאנדסלײט אין פאריז. אין 1946 האבן זײ ארײנגעשיקט א קלײנע םומע געלט, 14 נײמאשינען און 500 קילאגראם מלבושים.

passage_647818cb904efa7e371999bc
Passage 3normalized OCR · source chars 2204-2362

כמיעלניקער סאםעיטי נאך דער באפרײאונג אין 1945 פון רעכטם אויף לינקס : פאםטערנאק יעקב, צוקער סאיר, װיעטשניאק זשאק — האלט די םאן, דײטלבוים שארל/ שידלאװםקי 8נחס.

passage_af72f7eaf64083012b9d53f0