Original scan
Original memorial-book scan 532
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1044

1063 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 1064 כמיעלניקער דענקמאל אין פאריז אויפן בילד : לאנדסלײט אין יארצײט־טאג בײם דענקמאל. אין צענטער : פרױ עלקע קאנערצוקער־קאהן ז״ל אױף דער איניציאטיזו פון די כמיעלניקער אין פראנקרײך האבן זיך די אמעריקאנער לאנדםלײט פאראינטערעםירט מיטן העלפן ארויסנעמען די כמיעלניקער ײדן פון די ״די־ פי״־לאגערן אין דײטשלאנד. זײ האבן פאר דעם צװעק צוגעשיקט 250 דאלאר. אין 1945 האט די געזעלשאפט, צו דעם צװעק דעלעגירט דעם פרײנט דײטעלבוים קײן דײטשלאנד אין די דארטיקע לאגערן צו ברענגען הילף פאר די במיעלניקער, װעלכע האבן זיך דארט געפונען און צו באקענען זיך מיט זײער לאגע. אין משך פון זײנע עטלעכע װאבן אויפנהאלט, האט פרײנט דײטעלבוים באזוכט אלע ײדן־לאגערן און שפיטעלער, פאר־ טײלנדיק הילף פאר די נויטבאדערפטיקע לאנדםלײט. עם איז פארטײלט געװארן א סומע פון 23 טויזנט פראנק. די כמיעלניקער לאנדםלײט אין פאריז האבן זיך געשטעלט אין פארבינדונג מיט זײערע לאנדסלײט אויך אין אנדערע לענדער װי בעלגיע׳ שװעדן, ארגענטינע, ארץ־ישראל, קאנאדע א.א.װ. פאר די טראנזיטארן׳ װי אויך פאר די פארבליבענע אין פראנקרײך׳ איז פארטײלט געװארן א סומע פון בערך 200.000 פראנק.

passage_b9eae405b4f1f2c92c47c4ac
Passage 2normalized OCR · source chars 1046-1742

צום אנדענק פאר די קדושים פון פדאנקרײך, בעלגיע און פוילן׳ האט די געזעלשאפט אװעקגעשטעלט 2 מאנומענטן אויפן בית־עולם פון ״באניע״ — אויף 2 באזונדערע קרקע׳ם. אויף די מאגומענטן זײנען אויםגעקריצט די נעמען פון אלע אומגעקומענע לאנדסלײט. די אנטהילונג פון די דאזיקע מאנומענטן איז פארגעקומען דעם 23־טן נאװעמבער 1947, בײ דער אנװעזנהײט פוז איבער הונדערט פערזאן און דעם קאמיטעט פון די קעלצער. פרײנט פאזנאנסקי. געװעזענער פרעזידענט פון דער קעלצער סאסיעטע און פון ״פארבאנד פון די ײדישע געזעלשאפטן אין פראנקרײך״, האט געהאלטן א רירנדיקע רעדע װעגן טראגישן אומקום פון כמיעלניקער 11־טויזנט־צאליקן ײדישן ישוב. עם האט אויך גערעדט פרײנט דײטעלבוים׳ װעלכער האט איבערגעגעבן די שוידערלעכע פרטים פונעם אומקום פון זײנע לאנדסלײט.

passage_ca8d0adbff4ed7900d6d79cd
Passage 3normalized OCR · source chars 1744-2463

צװישן אנדערע האט ער דערמאנט די 3 געפאלענע העלדן פון כמיעלניק : דעם 16־יאריקן ײנגל קויפמאן׳ װעלכער האט אינעם טאג פון דעפארטאציע דערשטאבן א גאצי, פארװאס די דײטשן האבן אים תיכף דערשאסן ; דעם אומדערמידלעכן און מםירת־נפשדיקן טוער זאלצמאן, װעלכער איז אויך דער־ שאסן געװארן דורך די דײטשן פאר העלפן ראטעװען ײדן און ישכר קאנערצוקער — לאנגיאריקער כלל־טוער, — װעלכער האט אין טאג פון דער דעפארטאציע גערופן צום קאמף מיטן שונא און צו נקמה און איז אלײן דעפארטירט געװארן מיטן אויםגעשרײ: ״שמע ישראלז״ פרײנט דײטעלבוים האט אויך דערמאנט מיט װײטיק די ױנגע םטודענטין רוחמה זאלצמאן, װעלכע מען האט אויף דעפאר־ טאציע אמפוטירט בײדע פיס. און האט שפעטער נאך דער באפרײאונג פארענדיקט טראגיש איר לעבן. דאס דאזיקע אומגליקלעך ײדיש מײדל האט געארבעט אין

passage_ef2775c247922dc9c71c396c