Original scan
Original memorial-book scan 533
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1161

1065 שארל דײטלבוים — כמיעלניקער אין פאריז 1066 די פארטיזאנער־גרופן אלס פארבינדלערין צװישן כמיעלניק׳ קעלץ און װארשע. די כמיעלניקער געזעלשאפט ד,אט זיך באטײליקט אין דער אקציע פארן ײדישן קינד אין די לאגערן׳ פאר ליקװידירן די לאגערן׳ באשטײערנדיק זיך מיט א גרעםערע סומע געלט. זי האט אויך געהאלפן אויפבויען די לײ־קאסע פונעם פאר־ באנד פון די ײדישע געזעלשאפטן און פאלקס־קליניק אין פאריז. די במיעלניקער באטײליקן זיך אויך אין דער פאר־ שפרײטונג פון ײדישן בוך. די כמיעלניקער האבן געהאלפן ארויםשיקן קינדער אויף װאקאנס און פרײנט דײטעלבוים איז געװען דער פאראנט־ װארטלעכער פאר דער קאלאגיע אין טולוז. די גריגדונג פון מדינת ישראל איז אויפגענומען געװארן מיט גרויס באגײסטערונג בײ די ײדן אין פראנקרײך. אבער קורץ נאך איר אנטשטײאונג האט זיך ישראל שוין געפונען אין אן אויפגעצװונגענעם קריג. דער ײדישער ישוב אין פראנקרײך האט פראקלאמירט א געלט־אקציע פאר דער הגנה אין װעלכער אונדזערע כמיעלניקער האבן זיך באטײליקט מיט א ברײטער האנט. בעת די גרויסע פארפלײצונגען אין ישראל פון װעלכע ס׳האבן אמערםטן געליטן די נײ אנגעקומענע עולים׳ װעלכע האבן זיך געפונען אין לאגערן׳ פראקלאמירט דער פארבאנד פון די ײדישע געזעלשאפטן א שפײז־אין קלײדער־זאמלונג׳ און אויך אין דער אקציע האבן מיר צוגעטראגן בײשטײער.

passage_5cba9daff6e1ee2e204bc9b5
Passage 2normalized OCR · source chars 1163-1824

אויסער דער אלגעמײנער אקציע׳ האט אונדזער לאנדסמאנ־ שאפט געשיקט אינדױוידועלע פעקלעך פון שפײז און קלײדער פאר אונדזערע לאנדסלײט׳ װעלכע האבן זיך אין דעם גענוי־ טיקט. די ברידערלעכע הילף פאר אונדזערע לאנדםלײט איז העשל לאנגװאלד׳ שארל דײטלבױם׳ בערל שװיעטשניק איז דער פראנצויזישער ארמײ אין קריג — 1939 געשיקט געװארן מיט ליבשאפט. זײ האבן געפילט׳ אז זײ זענען נישט אלײן און דאס האט זײ דערמוטיקט אין די שװערע מאמעגטן פון זײער אײנארדעגען זיך. אונדזער לאנדסמאנשאפט באטײליקט זיך אין אלע געזעל־ שאפטלעכע אקציעס׳ װאס עס פירט דער ײדישער ישוב אין פראנקרײד• כמיעלניק־סטאשאװער קולטור־קלוב א.נ. פון ש. אנ־םקי אין בעלגיע — אנטװערפן פון רעכטס : שלמה נײמאן, ישראלקע דיזנהויז — 1922

passage_4803bb4bf8aa800934f19968