1067 סנקם כמיעלניק 1068 כמיעלניקער הילפס־פאראײן אין פאריז אויבן — דער קאמיטעט פון לינקם צו רעכסס : װיעטשניאק זשאק, קאװעצקי מארים, שװיעטשניק בערל, קאן עלקע ז״ל, לעמבערג יעקב, פאסטערנאק יעקב, פרוי שידלאװסקי, פנחס שידלאװסקי, דײטלבוים שארל, קאן יצחק, לעמבערג דינר״ פרוי יאקובאװיטש, הער יאקובאװיטש. די כמיעלניקער נעמען אנטײל אין די אײנהײטלעכע אקא־ דעמיעם צו באערן דעם אויפשטאנד אין װארשעװער געטא. די כמיעלניקער קומען זיך פארנײגן דעם 16־טן ױלי פארן אנדענק־טאװל בײמ ״װעלאדראם ד׳הױוער״ אין פאריז בײ װעלכן ס׳קומט פאר א רירנדיקע צערעמאניע צום אנדענק פון 30 טויזנט יידן, װעלכע זענען דארט אײנגעשפארט געװארן אין 1942 און פון דארטן דעפארטירט געװארן. יאר אײן יאר אוים, ערב ױם כיפור, היטן מיר אפ די טראדיציע פון גײן אויף קבר־אבות. מיר פארזאמלען זיך בײ אונזערע מאנומעגטן אויף װעלכע עם זענען אויסגעקריצט די נעמען פון אונזערע אומגעקומענע קדושים, טאטעס אין מאמעס, שװעסטער און ברידער, חברים און פרײנט, װעלכע זענען אויף א בעםטיאלישן אופן פארטיליקט געװארן דורך די היטלער־מערדער• מיר גיבן אפ כבוד די ױנג־פארשניטעגע לעבנס פון די 6 מיליאן ײדן צװישן װעלכע ס׳האבן זיך געפונען אונזערע כמיעלניקער װי אויך די .אלע, װעלכע זענען געפאלן אין די שלאכטן קעגן בארבארישן היטלעריזם•
מיר פארגעסן נישט אן די אלטע לײט׳ װעמענס קינדער זעגען דעפארטירט געװארן און זענען געבליבן אויף דער עלטער עלגט און אן מיטלען צום לעבן. מיר טראגן דעריבעד צו אונדזער בײשטײער דעם ״פארבאנד״ אין דער אקציע, װאם ער פירט יעדן װינטער פאר באזארגן זײ מיט קוילן און מיט שפײז־פעקלעך, װאם װערט זײ צוגעטײלט יעדן ערב פסח. עם איז בײ אונדז א טראדיציע אײנצוארדענען יעדעס יאר .א באל אדער א באנקעט, װי אויך א פורים־אװנט. די הכנסה פון די אוגטערנעמונגען פארזיכערט אונדזער בודזשעט אויף צו פירן אונזער םאציאלע און קולטור־ארבעט. בײ אונדז איז שוין געװארן א מנהג צו באטײליקן זיך אין דער חתונה פון די קינדער פון אונזערע לאנדםלײט און צו געבן יעדן פאדפאלק א חתונה־מתנה אין נאמען פון אונזער לאנדםמאנשאפט. יעדעם יאר שיקן מיר לשנה־טובה־קארטן אלע אונזערע מיטגלידער. אין פעברואר 1956 האבן מיר געפײערט דעם סד־יאריקן ױבילײ פון אונזער לאנגיאריקן און דורך אלעמען געאכטן פרעזידענט פרײנט שידלאװסקי. אין א געהויבענער ױם־ טובדיקער שטימונג האבן זיך צונויפגעקליבן די כמיעלגיקער אין ׳פאריז, בײ שײן געדעקטע טישן, זיך משמח געװען מיטן בעל־ױבל, װיגטשנדיק אים לאנגע יארן, געזונט און וױיטער־ דיקע לײםטונגען פאר אונזער לאנדםמאנשאפט.
דעם 6־טן ױני 1957 האט אונז אויף אײביק פארלאזן אונזער באליבטע און זײער אקטױוע, לאנגיאריקע מיטגלידערין פין קאמיטעט, פרוי עלקע קאגערצוקער־קאן. פרוי קאן האט