1069 שארל דײטלבוים — כמיעלניקער אין פאריז 1070 געשטאמט פון א רעליגיעזער און פארגעשריטענער הײם און איז אין פאריז געװען זײער באליבט פאר איר געזעלשאפט־ לעכער ארבעט. זי האט פארטראטן אונזער געזעלשאפט אין דער קולטור־קאמיםיע בײם ״פארבאנד״, האט אינטענסױו געארבעט בײם אויסהאלטן די קינדער־יתומים פון לעצטן קריג. מיט ברידערלעכקײט און פרײנטשאפט האבן מיר אויפגע־ נומען אונזערע לאנדסלײט, פון אויםלאנה װעלכע האבן באזוכט פאריז. אויף חברישע צוזאמענקומען האבן מיר מיט זײ פארברענגט און אפגענומען גרוסן פון אונזערע לאנדסלײט מעבר־לים און זיך געטײלט מיט אײנדרוקן פון אמאליקן און איצטיק לעבן. עס האבן אונדז באזוכט: מלך שײבער און פרוי פון אמעריקע ; מרדכי גוטמאן און פרוי פון ארגענטינע : ראזעגבערג, קאװעצקי — נױ־יארק : לעמבערג משה פון ישראל : מאטל גאלדליסט, פרוי ראזענבלום פון ישראל ; און בראװארגיק און פרוי פין ארגענטינע. דאס איז אין קורצן די געשיכטע פון דער כמיעלניקער לאנדסמאנשאפט אין פאריז, װעלכע צײלט בײ א 50 משפחות, װעלכע האלטן זיך צוזאמען, טרעפן זיך אויף שמחות און בײ אנדערע געלעגנהײטן און טוען אלץ כדי אויפצוהאלטן די אחדות פון אלע מיטגלידער אן אונטערשײד פון זײערע איבערצײגונגען און אײנשטעלונגען.
די כמיעלניקער געזעלשאפט האלט אן א קאנטאקט מיט די כמיעלניקער, װעלכע געפינען זיך אין אנדערע שטעט פון פראנקרײך און אין בעלגיע. אונזער פארלאנג איז, אז נאך דער גרויסער רעאליזירונג פון ארויסגעבן דאם בוך װעגן כמיעלניק זאל מקױים װערן דער װונטש אז ם׳זאל צושטאנדקומען א קאנגרעם פון אלע כמיעלניקער לאנדםמאנשאפטן פון דער גארער װעלט, כדי ענגער צו שמידן די אחדות פון אלע לעבנגעבליבענע כמיעל־ ניקער. מיט דער כמיעלניקער לאנדסמאנשאפט אין פראנקרײך פירט אן א קאמיטעט, װעלכער באשטײט פון פאלגנדיקע פערזאנען : פרעזידענט: שידלאװםקי פנחס, װיצע־פרעזידענט : פאה־ טערנאק יעקב, גענעראל־םעקרעטאר : יהושע דײטעלבוים, סעקרעטאר: יענקל לעמבערג, קאסירער: פרוי שידלאװסקי, פרעזידענט סאניטאר: יצחק קאן, םאציאלע קאמיםיע; פרוי פאםטערנאק, פרוי קאװעצקי, און זשאק װיעטשניאק. מיט־ גלידער פון קאמיטעט : בערל שװיעטשניק, ברוך שװיעטשניק און פרוי גאלדבערג.