Original scan
Original memorial-book scan 652
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-994

צי געבן א היבשן טײל אין העברעאיש פארן ױגגען דור. די ארבעטן אין העברעאיש שטעלן מיט זיך פאר א מין חמצית פון םפר. פון זײ, האפן מיר, װעלן אױך אונדזערע קינדער, דערצויגענע אין ישראל, באקומען א באגריף װעגן לעבן און אומקום פון דער הײמשטאט םון זײערע עלטערן. און לםוף עטלעבע באמערקונגען ן די נעקראלאגן האבן מיר באקומען צוגעשיקט דורך די קרובים און מיר האבן זײ פארעפנטלעגט אויף זײער אחרױת. די רעדאקציע האט נישט געהאלטן פאר איר חוב צו מאכן װעלכע נישט איז אויםבעםערונגען םײ אין די טעקםטן םײ אין די נעמען. בלויז ערטערװײז, װו די פעלערן האבן זיך םפעציעל געװארפן אין די אויגן׳ האבן מיר זיך דערלויבט אויסצובעםערן. פאר אלע פעלערן אין די נעקראלאגן, בעטן מיר דעריבער פארוים אנטשולדיקוגג. אין דער רעלאציע פון כמיעלניקער שטאטראט װעגן אומקום פון דער שטאט, װערט אנגעגעבן, אז דער לעצםער ײד, יחיאל־יאנקל כמיעלניצקי׳ איז אומגעבראכט געװארן דורך שאיע פאםטאק. עם וױיזט זיך אבער ארוים, אז פאםטאק אלײן איז אומגעקומען נאך אין יאר 1942, בעת כמיעלניצקי איז אומגעבראכט געװארן םוף 1944. דאם בוך איז געדרוקט אין 830 עקזעמפלארן. *

passage_d873cbaeea6da153413c41ff
Passage 2normalized OCR · source chars 996-1600

מיר פארענדיקן דעם ״פנקס כמיעלניק״ מיטן געפיל, אז עם איז אפגעטאן געװארן א גרויםע, װיכטיקע ארבעט מיט װעלכער מיר מעגן שטאלץ זײן. מיר האבן אויפגעשטעלט א מצבה פאר אונדזער חרוב־געװארענער קהילה, א דענקמאל װאם װעט נישט בלויז דערמאנען די פארגאנגענהײט נאר אויך צעמענטירן און פאראײניקן די לעבנגעבליבענע אומעטום אין איץ גרױםער משפחה מיט געמײנזאמע איבערלעבונגען, אפשטאם און גורל. אונדזער הארציקן דאנק אלע די, װאם האבן א חלק אין ״פנקס כמיעלגיק״ — אלע װאס באטײליקן זיך מיט זײער פעדער און אקטױוער מיטהילף, און אלע װאם האבן בײגעשטײערט פינאנציעל פאר דער רעאליזירונג פון דעם װערק. דאם בוך איז רעדאגירט פון אפרים שעדלעצקי.

passage_0999296a4b8b677ecf9f4617