Original scan
Original memorial-book scan 651
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-890

תם רדא נשודם נאכװארט פװ דער רעדאקציע מיר פארענדיקן דעם ״פנקם כמיעלניק״ מיטן געפיל׳ אז נישט אלץ איז אויםגעשעפט געװארן׳ הגפ דאם בוך איז זיך צעװאקסן אין אזא גרויםן פארנעס. מיר האבן אבער אלץ געטאן כדי אין די שפאלטן פון דאזיקן ספר ארײנצוברענגען דעם מאקסימום — דעם מאקסימום סײ אין כמות סײ אין איכות. דאם איז נישט געװען קײן לײכטע זאך, און דערמיט דערקלערט זיך דער פאקט׳ װאס די צוגרײטונג פון בוך האט געדויערט א לעגגערע צײט. אונדזער ערשטע אויפגאבע איז, נאטירלעך, געװען צו מאביליזירן אונדזערע לאנדםלײט אומעטום — זײ זאלן אלײן שרײבן אדער עמיצער זאל בײ זײ אויפנעמען גבײת־עדותן. דער אפרוף פון אונדזערע לאנדםלײט איז געװען א באגײםטערטער. הונדערטער ארבעטן האבן אנגעהויבן ארײנצופליםן — זכרונות, שילדערונגען, דערצײלונגען, — געשריבן דורך כמיעלניקער ײדן אין אלע תפוצות און באזונדערם אין ישראל גופא• פון דעם דאזיקן ריזיקן מאטעריאל האט מען דאן געדארפט מאכן א געהעריקן אפקלײב און באארבעטן יעדן כתב־יד באזונדער.

passage_85983bbcc21690939a55f01e
Passage 2normalized OCR · source chars 892-1640

כדי צו דערגאנצן דאם געשאפענע בילד פון די ארבעטן האבן מיר געמוזט אויך אנקומען צו היסטארישע ארכױון. מיר האבן אויפגעזוכט װי װײט מעגלעך אלץ װאם איז דערשינען װעגן כמיעלניק אין ענציקלאפעדיעס און צײטונגען אין אלע צײטן. דא האבן מיר צו פארדאנקען דעם תל־אביבער תלמיד־הבם, ר׳ מאיר צינוביץ, װעלכער האט אונדז צוגעשטעלט פיל דאקומענטן. אױך פון ײװ״א אין נױ־יארק האבן מיר באקומען װיכטיקע דאקומענטן. מאטעריאלן װאם זענען נוגע דער אומקום־תקופה האבן מיר אויך באקומען פון יד ושם אין ירושלים• זײ אליג אוגדזער טיפן דאנק. מיר האבן געהאלטן פאר װיכטיק דעם צונויפגעזאמלטן היסטארישן מאטעריאל צו געבן אין א קאמפעטענטער באארבעטונג פון באקאגטע היםטאריקערם. אין רעזולטאט קומעז די ארבעטן פון ד״ר נ. מ. געלבער, מ. ש. גשורי און י. טרונק, װאס זענען םפעציעל געשריבן געװארן פאר דעם בוך.

passage_7e2c48e46ae5dd386e8af97c
Passage 3normalized OCR · source chars 1642-2498

באזונדערם רײך איז געװען דער מאטעריאל װעגן דער שואה־תקופה. די בלוטיקע יארן פון אומקום און חורבן לעבן דאך נאך םריש אין זכרון פון יעדן אײנעם פון די ניצול־ געױארענע. מיר האבן אבער געהאלטן פאר װיכטיק צו באשטעלן א םפעציעלע ארבעט װעגן כמיעלגיקער ײדן אונטער דער נאצי־אקופאציע. דאס איז די ארבעט פון הויפט־ארכױואר פיז ״יד ושם״, ד״ר ױסף קערמיש, אין װעלכער עס װערט געגעבן א םינטעטיש בילד פון אומקום פון כמיעלניקער ײדן אויפן פאן פון אלגעמײנעם חורבן פון פוילישן ײדנטום. אין ספר באטייליקן זיך פיל צענטליקער מחברים• נישט געווען דעריבער מעגלעך אינגאנצן זיך אויסצוהיטן פון איבערחזרונגען. מיר האבן אויך געהאלטן פאר נויטיק צו געבן צענטראלע געשעענישן אין דער געשיכטע פון שטעטל געזען פון פארשײדענע אספעקטן דורך פארשײדעגע מענטשן. דער רוב מאטעריאל איז אין ײדיש, כדי דאם בוך זאל זײן צוטריטלעך פאר אלע אונדזערע לאגדםלײט אויף דער גאנצער װעלט. מיר האבן אבער אויך געהאלטן פאר װיכטיק

passage_8769e0969d1836b67c93ee77