Original scan
Original memorial-book scan 83
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1018

הרב אברהם אהרו פרײם / אונדזער רב (רב פון דער שטאט טאראגטא) דער כמיעמיקןער רב הרב ר׳ אברהם יצחק סילמאו זצ״ל דער כמיעלניקער רב׳ זײענדיק צען יאר אלט האט אים זײן פאטער׳ ר׳ ישראל לײב סילמאן, געפירט קײן פינטשעװ לערנען תורה בײם באקאנטן למדן ר׳ שלמה פראזעק. נאך א פאר חדשים האט ר׳ שלמה דאם בחורל צוריק אהײמגעשיקט קײן כמיעלניק זאגנדיק, אז ער פארמאגט נישט גענוג תורה פאר דעם במיעלניקער עילוי. פון זײן פריסטער ױגנט איז ער שוין באקאנט געװען אלם גרויסער גאון אין גאנצן לאנד. צו 18 יאר האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון באװוםטן למדן און גביר ר׳ נתן אביגדור פון קאצק און ער איז געװארן א גרויםער מקורב בײם לובלינער רבין ר׳ לײבעלע אײגער, דער בעל ״תורת־ אמת״. װען דער דאמאלםדיקער רב ר׳ לײביש האט פארלאזן דאם כמיעלניקער רבנות כדי זיך צו באזעצן אין אזשעראװ — איז א דעלעגאציע פון חשובע כמיעלניקער בעלי־בתים אװעק קײן לובלין מיט א בתב־רבנות כדי צו קרוינען דעם כמיעל־ ניקער עילוי ר׳ אברהם יצחק סילמאן אלם כמיעלניקער רב. נישט ער און נישט זײן רבי ר׳ לײבעלע אײגער האבן אבער נישט געװאלט מםכים זײן צו דעם פארשלאג פון די כמיעלניקער נכברים.

passage_1913a155b069e8368f89665b
Passage 2normalized OCR · source chars 1020-2122

דער ײנגער רב האט, אין זײן גרויסער ענױוה, געטענהט אז ער איז נישט ראוי צו דער רבנישער טראכט. ר׳ לײבעלע אײגער װידער האט געזאגט, אז ער װיל אז זײן גרויסער תלמיד זאל זײן דער ממלא מקום זײנער, ער זאל װערן רבי און װעג־װײזער פאר זײנע טויזנטער חסידים. נאך דער אינטערװענץ פון ר׳ אברהם יצחק׳ם פאטער, ר׳ ישראל לײב און זײן מחותן ר׳ לײזער שטערן — ײדן פקחים און תלמידי חכמים — איז דער דעלעגאציע דאך געלונגען צו באקומען די הסכמה. דער בעל ״תורת־אמת״ האט צו זײ געזאגט ! ״א טײערן אײדלשטײן, װאס איז בײ מיר חשובער װי דאס שװארצאפל פון מײן אויג׳ נעמט איר בײ מיר צו, איך בעט אײך, זײט אים נוהג כבוד, װיסן זאלט איר אז אין זײן מוח איז אויפגעשריבן די גאנצע תורה״. דער כמיעלניקער גאון איז נאך דער פטירה פון בעל ״תורת אמת״ װײטער געפארן קײן לובלין צו ר׳ צדוק הכהן. װעלכן מען האט גערופן : ״הכהן מלובלין״. פאר זײן פטירה האט דער כהן באפוילן אז דער כמיעלניקער גאון זאל פארנע־ מען זײן פלאץ און װערן רבי, ער האט אים איבערגעלאזט זײנע שבתדיקע מלבושים, אבער דער רב האט זיך קאטעגא־ ריש אנטזאגט און װען א גרופע חסידים פץ לובלין זײנען צו אים געקומען אויף שבת, האט ער פארלאזן כמיעלניק נאך פאר שבת און ער איז אװעק צו ר׳ אברהמלע אײגער קײן לובלין.

passage_35231ac3bcf13c75af396a32
Passage 3normalized OCR · source chars 2124-2788

דער כמיעלניקער רב איז געװען אב־בית־דין און פאר־ שפרײט תורה אין שטאט בערך 60 יאר, דאס רוב פון זײנע יארן האט ער געװוינט אין א געדונגענער דירה אן מעבל, קײן טײערע כלים זײנען אין זײן שטוב קײנמאל נישט געװען דאקעגן א רײכע םפרים־שאנק מיט טויזנטער אוראלטע אנטיקן־ספרים, יקר־המציאותן האט ער יא געהאט. א גרויסן טײל ספרים האט ער געירשנט פון פאטער ר׳ ישראל לײב און פון זײדן ר׳ ױחנן׳ אבער אלײן האט ער בא־ רײכערט זײן ביבליאטעק מיט אײגקויפן חשובע זעלטענע םפרים פאר יעדן פרײז. אמאל האט אים א מוכר־םפרימניק פארגעלײגט א זעלטן אנטיק־ספר : ״בנימין זאב״ פארן פרײז פון 25 רובל. דאם איז געװען זײער א הויכער פרײז. די שטאט האט אים טאקע ױחנן שוחט (גערטנער) זײנע זין, אײדעמם און אײניקלעך•

passage_9d607f036313c9193ceed98b