Original scan
Original memorial-book scan 84
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1167

159 סנקפ כמיעלניק 160 געצאלט פופציק קערבלעך א װאך׳ אויםער אנדערע זײטיקע הכנסות׳ אבער די הוצאות פון רב׳ם־הויז זענען געװען גרױםעי ער האט געשטיצט זײנע קינדער און אײניקלעך. דער רב איז געװען פארזארגט־ פונװאנען װעט ער נעמען די 25 רובל צו קויפן דאם דאזיקע װונדערלעכע םפר ? פלוצים זאגט ער צו מיר־ ״מיץ רבי, דער כהן פון לובלין איז קײן גביר נישט געװען און דאך האט ער באװיזן זיך אײנצוקויפן די טײערסטע און װערטפולסטע םפרים. זײענדיק א כהן האט ער מקדיש געװען די זילבערגע שקלים, װאם ער האט באקו־ מען אויף א פדױן־הבן, אויף קנין ספרים׳ אבער איך בין נישט קײן כהן און נישט קײן עושר, װי זאל איך נעמען געלט צו באצאלן פאר דעם טײערן ספר? דער מוכר־םפרים איז אן ארעמאן. ער קען מיר אויף קרעדיט גישט געבן און אפזאגן זיך פון דעם נישט געװײנלעכן ספר קען איך דאך אויך גישט, ובכן, גײ צו ר׳ ױחנן שוחט און דערצײל אים די גאנצע מעשה און װעםט אים בעטן ער זאל מיר געבן 25 רובל פארויפ אויפן חשבון פון ״קאראבקע״ פון גײ־יאר און איך װעל דעם אוצד קויפן״. ר ױחנן שוחט, א ײד א פיקח, גלעט זיך דאס בערדל און זאגט מיר : ״מילא די 25 רובל, כאטש איך האב זײ גישט, װעל איך בארגן און געבן דעם וב, אבער װאס װעל איך טוען אז מארגן װעט קומען א מוכר־ספרימניק מיט נאך גרעסערע ״מציאות״, װעסטו װײטער קומען צו מיר נאך געלט ?״

passage_b702dbe68fabf657689316e2
Passage 2normalized OCR · source chars 1169-2078

װען כ׳האב געברענגט די 25 רובל איז דער רב געװארן מלא שמחה : ״זעםטו װי מײנע שוחטים זענען טײערע, האר־ ציק־װוילע ײדן?״ — כ׳האב געפרעגט דעם רב צי ער האט שוין אמאל געזען דאם ספר, האט ער מיר געענטפערט אז מיט פערציק יאר צוריק איז ער געלעגן קראנק אין א קראלאװער שפיטאל, האט ער דארט אדורכגעלײענט דאס ספר ״בנימין זאב״. דער רב דערלאגגט מיר דאם םפר איך זאל ארײנקוקן און אכט געבן אויפן אינהאלט, וױיל ער װיל זען צי עס דינט אים נאך זײן זכרון. צו מײן גרויסער איבעראשונג, האט דער רב געזאגט דאם גאנצע ספר לויט םדר פון אויםנװײניק. פרעג איך אים : ״רבי, אויב אזוי, צו װאס דער גאנצער צער פון זוכן טובות און בארגן געלט, אז איר האט דאס גאנצע םפר אין מוח?״ ״לױט דיר — ענטפערט ער מיר שפאםיק — דארף איך אויך פארקויפן מײן גאנץ ש״ס... — אבער תורה שבעל־פה באזונדער און תורה־שבכתב באזונדער״. דער כמיעלניקער גאון האט געהאט א טיפע ידיעה אין גע־ שיכטע פון ײדישע ספרים־מחברים און האט שטענדיק זיך פאראינטערעםירט מיט נײע און אלטע םפרים אויסגאבן.

passage_f832b414894a76efe29f5d90
Passage 3normalized OCR · source chars 2080-3009

כ׳געדענק װי בעתן ערשטן װעלט־קריג איז געקומען קײן כמיעלניק אן עםטרײכישער מיליטערישער רב — דאם איז געװען דער באװוסטער היסטאריקער פראפ׳ מאיר באלא־ באן. ער איז געװען דערשטוינט צו הערן װי װײט דער כמיעל־ נ־קער רב איז באקאנט אין דער ביבליאגראפיע פון רבנישער ליטעראטור — און װי קומט עס, אז אין אזא קלײן שטעטל זאל זיך געפינען אזא גדול בתורה. כמיעלניקער ײדן האבן געװוסט צוצוטײלן גרוים כבוד ױיער גרויםן רב. צװײ מאל אין יאר — ױם כיפור און שמחת תורה — האט דער גאון געדאװנט אין דער גרויםער שול און װער ם׳האט נישט געזען װי אזוי אלע שיכטן פון שטאט האבן מיט ליבשאפט און טיפן דרך־ארץ אים אפגעגעבן כבוד — דער האט קײנמאל קײן כבוד־התורה נישט געזען. שבת־הגדול און שבת־שובה האט דער רב אין משך פון עטלעכע שעה געדרשנט זײנע דרשות, די שול איז געװען געפאקט. ער האט זיך נישט ספעציעל אויםגעצייכנט מיט קײן םטיליזירטער שפראך, אבער דער המון איז באאײנדרוקט געװארן פון רײכן און שארפזיגיקן תוכן׳ פון די טיפע אמתע מחשבות פון מויל פון גרויםן גאון — זכותו יגן עלינו.

passage_5e735f0cec7acfe4039b7694