167 פנקס כמיעלניק 168
קעגן דעם — דער פארגלײך מאכט זיך אליץ. רומיאני געהערט נישט צו קײן שום ארגאניזאציע — לײענען מיר אין דעם דאקומענט — ער איז בכלל א רואיקער, ארנטלעכער מענטש, פארטוען אין זײן ארבעט אלס ברױו־טרעגער. װעט איר אװדאי זאגן, אז דער מאגיםטראט איז געװען אין עפעס אפהענגיק פון ײדן און דער ראש פון דער פארװאלטונג האט די באשטעטיקונג געחתמעט אויף זײער פארלאנג. מארדקא רומיאני האט זיך פארזיכערט אויך קעגן אזא מין טענה און באקומען א באשטעטיקונג אויך פון לײטער פון דעם פאסט־ אמט אין װעלכער ם׳װערט געזאגט־ ״כ׳באשטעטיק דער־ מיט, אז איך קען מארדקא איצעק רומיאני. ער ארבעט מיט מיר 2.2 יאר. אין משך פון דער לאנגער צײט האב איך זיך געקענט איבערצײגן, אז ער איז אן אבסאלוט רעכטפארטיקער מאן, פלײםיק אין זײן ארבעט, פארטוען אין זײן אמט און אין משפהה־ענינים און איז נישט עוסק אין פאליטישע ענינים״. דאם אלץ װײזט אונדז — האב איך פארגעזעצט — אז דער לײטער פון דער אדמיניסטראטױוער אפטײלונג פון דער פאםט־ און טעלעגראף־דירעקציע האט אין זײן ענטפער צום םענאטאר בוימינגער אויםגעטראכט א זאך װאס איז נישט אײנשטימיק מיט דער װירקלעכקײט, אז ער האט פשוט אפגענארט דעם סענאטאר בוימינגער. מיר האבן זיך דאן געװענדעט צוס פאםט־און טעלעגראף־מיניםטערױם און געבעטן אויםפארשן דעם עגין, ער זאל נעמען אין אכט די בײגעלײגטע דאקומענטן און צוריקלאזן צו דער ארבעט א מענטש, װאם איז 36 יאר געװען ברױו־טרעגער און איז ממש אויף דער גאס ארויסגע־ װארפן געװארן אין עלטער פון 56 יאר. דעם ד־טן אקטאבער 1927 האבן מיר באקומעז פאלגענדיקן ענטפער (אין יענער צײט האט נאך דאס מיניסטערױם געענטפערט אויף ברױו פון די פארלאמענט־פראקציעס) : ״אין ענטפער אויפן ברױו פון דריטן אויגוסט 1927 װעגן מארדקא רומיאני מעלדעט העפלעך דאם פאסט־און טעלעגראף־מיניםטערױם, אז ער קען
גישט צוריקלאזן דעם אויבנדערמאנטן צו דער ארבעט״. אזוי איז ליקװידירט געװארן דער ענין. דאם מיניםטערױם האט אקצעפטירט די עװלה פון דער קראקעװער דירעקציע. דאס אלץ דערצײל איך דא לויט דער םטענאגראמע פון מײן רעדע, װאם איך האב געהאלטן מכוח דער פראגע אין םײם. די דאקומענטן און די אפיציעלע עגטפערם האב איך ציטירט װארט בײ װארט. װי װײט איך געדענק, האט די פראקציע פון נאציאנאל־ראט נישט באגנוגנט זיך מיטן ענטפער פין מיניםטערױם. הארטגלאס, װעלכער האט געפירט דאם בױרא פון אונדזער פראקציע איז גישט געבליבן שולדיק קײן ענט־ פער און דערמאנט דעם מיניסטערױם, אז נאך 36 יאר ארבעט קומט צו געבן א רענטע דעם אן שום םיבה אפגעזאגטן באאמטן. לײדער זענען די ברױו צװישן הארטגלאםן און דעם מיניםטערױם נישט פארעפנטלעכט געװארן אין די בױלע־ טינען פון דער פראקציע פון ײדישן נאציאנאל־ראט װאס זענען דעמאלט דערשיגען און געפינען זיך אין מײן רשװב װיבאלד מיין זכרון נאךט מיך נישט האט מרדכי רומיאני לםוף יא באקומען א רעגטע. דעם פוילישן פאסט־מיניסטערױם האט אפנים געלוינט צו צאלן פענסיע א ײד׳ װאס איז געװען ברױו־טרעגער גאך בעת דער רוםישער מאכט און האט געירשנט די ארבעט נאך פון זײן פאטער מאיר, אבי די פוילישע פאםט זאל פטור װערן פון לעצטן ײד אין א שטעטל, װעמענם רוב אײנװוינער זענען געװען ײדן• ¥
כמיעלניק האט געהערט צו יענע ײדישע שטעטלעך װעמענפ שטאטראטן האבן געהאט א ײדישע מערהײט. די ײדן האבן אבער מװתר געװען אויפן כבוד און אלס בורמיםטש אוים־ געקליבן דװקא א פאליאק. דער דאזיקער •װיתור האט זײ אבער װײניק געהאלפן. די רעגירונג װעלכע איז דורך געװיםע ײדישע פארטײען באטראכט געװארן אלם בעסטע פאר ײדן פון אלע מעגלעכע רעגירונגען אין פוילן, האט ליקװידירט די ײדישע מאכט אין שטעטל. די מיטלען זענען געװען פשוטעז רדיפות און נגישות, עקאנאמישע רעפרעסיעם. שטראפן פאר כלומרשטע םאניטארע עבירות אדג״ל. אין פוילישן םײם און סענאט זענען שוין דעמאלט געזעםן ײדישע סארשטײער, װעמענם רוב האט נישט געװאגט פארצוזעצן דעם קאמף קעגן דער אגטיםעמיטישער פאליטיק, װאס האט געצילט צו צװינגען ײדן צו פארלאזן דאס לאנד אין גרוים בהלה.
בעת די םײם־װאלן אין יאר 1928 האט דער נאציאנאל־ראט געמאכט א פרװו ארויםצושטעלן איו װאל־ראיאן צו װעלכן ס׳האט געהערט כמיעלניק און אנדערע ענלעכע שטעטלעך, די קאנדידאטור פון ״הײנט״־רעדאקטאר אברהם גאלדבערג. מיר האבן באזוכט כמיעלניק מיט די שטעטלעך אין דער געגנט. מ׳־ר זענען אױפגענומען געדוארן מיט קעניגלעכן כבוד. צו אונדזערע אספות זענען געקומען מאסן, װאם האבן ממש געשלונגען יעדעס װארט. די התלהבות איז געװען א חסידישע. גאלדבערג איז אבער נישט אדורך. די צאל מאנדאטן װאס איז צוגעטײלט געװארן צום דאזיקן ראיאן איז געװען אזוי אויס־ גערעכנט אז א ײדישער דעפוטאט האט געקענט אדורך נאר בדרך נס — װען עם זאל פארקומען א נישט־פארויםגעזעענע צעשפליטערונג פון די פוילישע שטימען און אלע ײדישע װײלער זאלן שטימען פאר אײן ליםטע. אזא נם איז פארשטײט זיך, נישט געשען. די רעגירונגם־סאטעליטן האבן דערפילט די אויף זײ ארויפגעלײגטע אויפגאבע. די אנטי־צױניםטישע פארטײען האבן אויך געטאן דאס זײעריקע, און דער חשבין פון די װאם האבן אויםגעארבעט די דאויקע װאל־ארדינאציע האט גישט אנטוישט די מאכט־ארגאנען.