Original scan
Original memorial-book scan 87
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1134

יצחק גרינבוים / מײו קאמף איו פױלישו סײם פארו (גזי'ס״ל> ײדישו בריװ־טרעגער פװ כמיעלניק די מעשה מיטן ײדישן בריװ־טרעגער פון כמיעלניק האב איך געבראכט פארן פוילישן םײם אויף דער זיצונג פון 31־טן יאנואר 1929. העכער דרײסיק יאר זענען שוין פארבײ זינט יענעם טאג׳ איך געדענק אבער נאך גוט דעם דאזיקן פאל, װאס שפיגלט אפ די באציאונג פון די פוילישע מאכט־ארגאנען צום ײדישן אנגעשטעלטן. אין כמיעלניקער פאםט־אמט האט געארבעט א ײד מיטן נאמען מרדכי (מארדקא) רומיאני. דעם 14־טן מאי 1927 האט ער באקומען צוגעשיקט פון דער אדמיניסטראטױוער אפטיײ לונג פון דער דירעקציע פון פאםט און טעלעגראף אין קראקע א קלײנע מיטטײלונג מיט אזא אינהאלט : ״צום ״ליסטאנאש״ פאן מארדקא רומיאני אין כמיעלניק. די דירעקציע פון פאסט און טעלעגראף נויטיקט זיך מער נישט אין אײער ארבעט אין פאםט־אמט און באפרײט אײך פון אמט מיט א פארויסמעלדיגג פון אײן חודש, אנהײבנדיק פון דער דאטע פון ארויםשיקן דעם ברױו״. בײ דער גאנצער העפלעכקײט פון דעם ברױו האט דאס באדײט פאר מרדכי רומיאני א גזר־דין צו בלײבן אן פרנסה. ער האט אבער נישט שלום־געמאכט מיטן דאזיקן הונגער־ אורטײל און האט אלארמירט די הילף פון א ײדישן סענאטאר, א מיטגליד פון ״אגודת ישראל׳/ פון דער פארטײ װאם האט דעמאלט נושא־חן געװען בײ דער רעגירונג.

passage_0250bdc93e3505c35eaf4e63
Passage 2normalized OCR · source chars 1136-2001

נאך זײן װענדונג צו דער פאםט־דירעקציע האט ער באקו־ מען אזא מין תשובד,: ״צום ה׳ יצחק בוימינגער, םענאטאר פון דער פוילישער רעפובליק• אין רעזולטאט פון אײער פערזענלעכער װענדונג מכוח דער פארזעצונג פון דער ארבעט פון קאנטראקטירטן מארדקא רומיאגי, װערט דערמיט מיט־ געטײלט דעם הער סענאטאר, אז די פאסט־און טעלעגראף־ דירעקציע איז געװען געצװונגען, אפצושטעלן מארדקא רומיאני פון דער ארבעט מחמת זײן נישט פאםיקער אויפ־ פירונג פון פאליטישן שטאנדפונקט״• דאם הײסט, אז דער ײדישער ברױו־טרעגער פון כמיעלניק איז, חלילה, נישט באזײטיקט געװארן צוליב דעם װאס ער איז א ײד, נאר צוליב פאליטישע טעמים. װאס זײן פאליטישער חטא איז געװען, איז נישט אנגעגעבן געװארן אין דער תשובה צום סענאטאר בוימינגער. אין מײן רעדע אויף דער דערמאנטער םײם־זיצונג האב איך באטאנט, אז בלויז דער נאמען מארדקא רומיאגי אלײן זאגט עדות אויף זײן נישט־פאםיקער פאליטישער אויפפירונג. ״א מענטש, װאס טראגט אזא נאמען — האב איך געזאגט —

passage_bedbb104ae645e8214a48f61
Passage 3normalized OCR · source chars 2003-2795

באגײט שוין א פאליטישן פארברעכן און פארדינט א שטראף. און װירקלעך זען מיר, אז ער האט זײן שטראף באקומען• מארדקא רומיאגי איז אבער א ײד אן עקשן און גיט נישט אויף דעם קאמף. פון דער כמיעלניקער שטאט־פארװאלטונג האט ער ארויםבאקומען א דאקומענט אין װעלכן עם װערט געזאגט : ״דער מאגיסטראט פון דער שטאט כמיעלניק באשטעטיקט, אז מארדקא רומיאני, װעלכער ארבעט 36 יאר אלם ברױו־טרעגער פון לאקאלן פאסט־אמט (דאם הײםט, אז דעם פאסטן האט ער בא־ומען נאך בעת דער רוסיש־צארישער מאכט) איז פראװאמישלני״ — טרײ דעם געזעץ• ״קען זײז׳ או דאם װארט געפעלט אײך נישט — האב איך זיך געװענדעט צו די םײם־דעפוטאטן און געזאגט — דאם איז א רוםיש װארט און מ׳טאר נישט, דאכט זיך, פארגלײכן דאם הײנטיקע פוילן מיטן צארישן רוםלאנד. נישטא אבער קײן שום עצה הדװר מרדכי־יצחק רומיאני, אשתו ונכדפ דער בריװטרעגער מרדכי־איטשע רומיאני, זײן פרוי און אײניקל.

passage_ec3e6915631c50a979ff2591