Original scan
Original memorial-book scan 96
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-994

183 184 פנקס כמיעלניק אוים : ״יצחק ישעי/ קאנסט שױן פארמאכן די גמרא!״ ״אזוי, — רופט אוים ר׳ יצחק ישעי/ הײםט עס, אז דו איטשע מאיר האלםט אויך׳ אז איך בין נישט גערעכט און דער פשט אין דער גמרא איז אזוי װי ר׳ מענדל — דער למדן װאם האט זיד מיט אים געשפארט — זאגט און ער איז גאר גערעכט ?״ ״איך בין נישט אינטערעסירט װער עס האט רעכט אין דער גמרא״, — זאגט גוטמאן, — ״איך יװיל װיםן װו ביזטו מיץ לאכטיקער קאמיםיאנער דעם גאנצן טאג ז״ ״װעגן דעם״, — ענטפערט אים ר׳ יצחק ישעי/ — ״װעל איך מיט דיר רעדן נאך דעם שיעור׳ אבער איצט װיל איך טאקע אז דו זאלםט מיך גוט פארשטײן, װעסטו זעען אז ר׳ מענדל װײסט גאר נישט װאם ער זאגט״. ר׳ משה׳קע פײנגאלד, דעם פיאסקער רב׳ס זון׳ איז געװען א ײד א גרויסער למדן, א גביר׳ א בעל־צדקה, א מענטש װאס איז געװעזן פון די גרעסטע חשובים אין פוילן. איך האב געהערט אז נאך מײן פארלאזן מדינת פוילן האט ער מחבר געװעזן א זײער װיכטיקן חיבור. ר׳ חײם מרדכי פײנגאלד, א ברודער פון דעם דערמאנטן ר׳ משה׳קע, איז געװען א ײד א פקח, װאם איז זעלטן צו טרעפן. ר׳ מענדל קאנערצוקער׳ א ברודער פון מײן מוטער ע״ה׳

passage_0a2aa9f151c7ff7fc92899e3
Passage 2normalized OCR · source chars 996-2078

א ײד א תלמיד חכם, א מתמיד, א לובלינער חסיד׳ דעם ״תורת אמת״ און דעם ״פרי צדיק״ האט ער געקאנט בעל פה. אויך האט ער תמיד געלערנט אין ״סדרי טהרות״ פון ראדזינער רבין. איך האב אים אמאל געפרעגט פאר װאם לערנט ער דוקא ״סדרי טהרות״. ״דער ײד — האט ער געענטפערט — האט געקאנט ריכטיק גוט לערנען״. אויך אט דער ײד׳ אין זײנע אכציקער יארן׳ איז געװארן פארברענט על קידוש השם. הי״ד. מיץ ליבער חבר ר׳ מאטיל מינצבערג ע״ה, אן אײדעם פון ר׳ ישראלקע דיאמענט. א ײד א גביר, א שטארקער בן תורה׳ א יחםן׳ געהאט פון די גרעסטע געשעפטן׳ אויך באנקן אין פוילן. ער פלעגט זײער אפט קומען צו מיר קיץ בערלין. װען איך האב פארלאזט דײטשלאנד אין אנהויב פון היטלערם ימ״ש ממשלה, האב איך אים געבעטן ער זאל פארלאזן פוילן און מיטקומען קײן םראנקרײך. זיץ ענטפער איז געװעזן: אויב דאס פוילישע ײדנטום זאל חלילה אומקומען׳ װיל איך מיך נישט ראטעװען. איך האב געהערט, אז ער איז אומגעקומען אין רוםלאנד. יהי זברו ברוך. ר׳ משה׳ל נח׳ס׳ ר׳ ױםף דזיאלאװםקי, ר׳ העניך אפעלבוים, ר׳ ישכר קאנערצוקער, זײנע ברידער דוד און ישראלקע׳ און נאך טויזנטער ײדן װאם יעדער ײד פאר זיך איז געװעזן אן אוצר פון אײדלקײט און אלע צוזאמען האבן געשאפן דעם הוד שבתפארת ישראל.

passage_186057d5cfb934f30b254ffd
Passage 3normalized OCR · source chars 2080-3229

אבער נישט נאר די למדנים און די משכילים זענען געװעזן פון די׳ װאם מען קען זײ אנרופן ״ארזי הלבנון״. אפילו די אײנפאכע פראסטע ײדן זענען אויך געװעזן׳ יעדער באזונדער׳ מענטשן מיט גאלדענע הערצער׳ פול מיט ערלעכקײט׳ פײנ־ קײט און אמתדיק ײדיש. איך װיל דערמאנען אן אײגפאכן ײדן׳ א שוסטער. זײן נאמען איז געװעזן הערשל גלין. מיר איז אויסגעקומען צו ארבעטן מיט אים צוזאמען אין דער ערשטער יידישער קהילה׳ װעלכע איך האב ארגאניזירט אין יעגער צײט. דער אפיציעלער נאמען איז געװעזן די ײדישע ״גמינע״. די קהילה־שטוב איז געװעזן אין שכנות פון דעם פראםטן בית המדרש. אמאל אין א מארק־טאג זײענדיק אין קהילה־שטוב מיט ר׳ הערשל גלין ע״ה׳ האבן מיר דערזעען דורך דעם פענצטער װי עטלעכע גוים שלאגן א ײדן. דער ײד האט יאמערלעך געשריגן. ר׳ הערשל האט גלײך אראפגעװארפן פון זיך זײן קאפאטע און שנעל ארוים אויף דער גאס. ער האט געשלאגן די גוים מכות רצח און מציל געװעזן דעם ײדן. װען ער איז ארײנגעקומען צוריק אין קהילה־שטוב האב איך דערזעען װי עס בלוטיקט אים שטארק פון קאפ. א דערשראקענער האב איך געמאכט א געװאלד און האב געװאלט לויפן רופן ר׳ ישראל־ איטשע רופא. ״שרײט נישט׳ לויפט נישטד — האט אויס־ גערופן ר׳ הערשל — ״װאם װילסטו אברהמ׳טשע׳ איך זאל ראטעװען א ײדן׳ שלאגן גוים און אביסל בלוט נישט פאר־ לירן ?״

passage_b36ca50dc746cb83a16e8212
Passage 4normalized OCR · source chars 3231-3727

אזוי ײדיש און הײליק האט גערעדט אן אײנפאכער און פראסטער ײדישער שוסטער אין כמיעלניק. עם װאלט זיכער אויםגעפעלט פאפיר און טיגט צו באשרײבן אלע זכרוגות װעגן די אומגעקומענע קדושים פון כמיעלניק. אײנם איז קלאר און זיכער, אז עס װעט נעמען א המשך פון א םך דורות ביז דאם ײדישע פאלק װעט זוכה זיץ צו דערציען ײדן, װאם זאלן זיך קאנען פארמעםטן נישט דוקא מיט די רבנים נאר אפילו מיט דעם אײנפאכן שוסטער פון במיעלניק. מיט גרויס שטאלץ קאנען מיר זאגן װעגן אלע אומגע־ קומענע : ״כולם אהובים׳ כולם גבורים, כולם קדושים !״.

passage_c01b4e129b4596009f457c78