Original scan
Original memorial-book scan 95
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-795

הרב אברהם אהרן פרײס / אלה אזכרה... (רבה של סורונסו העי0 די שטאט כמיעלניק׳ הגם זי איז נישט געװעזן פון די גרעםטע שטעט אין פוילן׳ האט זי פון אײביק אן געהאט א גרויםן נאמען אין דער ײדישער װעלט אין אײראפע׳ אדאנק אירע גרויםע רבנים און חשובע בעלי־בתים װאס האבן געשמ׳ט אלס ״מדינה״־מענטשן. אזוי האט מען אמאל גערופן װיכטיקע שתדלנים און כלל־טוער אין פוילן. בעת דער צורר היהודים ניקאלײ דער ערשטער ימ״ש, האט ארויסגעגעבן שװערע גזירות קעגן אונדזערע עלטערן אין פוילן, איז אין װארשע פארגעקומען א גרויםע אסיפה און עם איז באשלאסן געװארן צו שיקן א דעלעגאציע נאך דײטשלאנד און ענגלאנד בכדי די דארטיקע רעגירונגען זאלן משפיע זײן אויף דעם רוסישן מלכות הרשעה צו פארגרינגערן די גזירות. אין אט דער דעלעגאציע איז געװעזן אויך ר׳ ױחנן סילמאן פון כמיעלניק, דער זײדע פון מײן רבי׳ן׳ הרב ר׳ אברהם יצחק סילמאן פון כמיעלניק, זצ״ל.

passage_c4f6b8e52da51e6b833995fe
Passage 2normalized OCR · source chars 797-1809

דער רב ז״ל האט מיר דערצײלט אן אנעקדאט, װאם זײן זײדע ר׳ ױחנן האט אים דערצײלט, אז װען ער איז געװעזן אין דײטשלאנד מיט דער דערמאנטער דעלעגאציע, איז אים אויםגעקומען צו זײן דארט יום־טוב. די דעלעגאטן, צוזאמען מיט דעם קראקאװער רב ר׳ שמעון םופר — װעלכער איז אײך מיטגעפארן מיט די דעלעגאטן פון פוילן זײ צו העלפן הגם קראקע האט שוין דעמאלט באלאנגט צו עםטרײד, — זענען אװעק דאװענען אין דער שול. װען עס איז געקומען צום דוכנען איז אײנער פון די פוילישע דעלעגאטן װאם איז געװען א כהן צוגעקומען װאשן די הענט פארן דוכענען, אבער דער דײטשער ראבינער איז מיט גרויס כעס צוגעלאפן צום קראקאװער רב און האט אים געפרעגט ״האט איר נישט געלערנט אז ״וזר לא יעלה לדוכןז״ ר׳ שמעון סופר האט דעמאלט געזאגט מיט א שמײכל צו ר׳ יוחנן כמיעלניקער : דער ראבינער איז באמת א גאון אין עם־הארצות. כמיעלניק האט פארמאגט, װי אלע ײדישע שטעט אין פוילן׳ אירע אײגענע לומדים, גבירים, תקיפים׳ משכילים, און אויך אירע אײנפאכע פראםטע ײדן. עס איז כדאי צו דערמאנען עטלעכע באזונדערע טיפן יידן װאם כמיעלניק האט פארמאגט, הגם יעדער ײד׳ יעדער קדוש, איז װערט מען זאל װעגן אים שרײבן.

passage_af269a75f979c620e1d02f36
Passage 3normalized OCR · source chars 1811-2927

זדינער פון זײ איז — ר׳ יצחקישעי׳ז״לזאלצמאןבײװעמען איך האב אויך געלערנט, א למדן מיט אן אײזערנעם מח, א תלמיד פון זאריקער רב װעלכער איז געװעזן א תלמיד פון רבינו משולם איגרא. אלם ײנגל האט ער געלערנט בײ דעם באװוםטן חריף ר׳ שלמה פראזעק אין פינטשעװ. אלע רבנים אין פוילן האבן עדות געזאגט, אז ר׳ יצחק ישעי׳ איז דער גרעםטער ״ארט׳ס לערנער״ אין פוילן. זיץ דרך הלימוד איז געװעזן אן אײגנארטיקער. ער פלעגט אנפאנגען מיט א פסוק אין דער תורה און בעל פה האט ער געבראכט אלע מאמרים פון בײדע ש״ם׳ן און אדורכגערעדט אלע שיטות פון ראשונים און דאן האט ער ערשט געעפנט די גמרא און מסביר געװעזן װי אזוי יעדער ראשון האט גענומען זײן שיטה אין תורה שבכתב און תורה שבעל פה. אחוץ זײן געװאלדיקע גאונות איז ער געװעזן א בעל מסביר בחסד עלױן. אן אײנםאכער מענטש האט פארשטאנען די שװערסטע סוגױת בעת ר׳ יצחק ישעי׳ ז״ל האט דערקלערט די גמרא מיט דעם רמב״ם. האלטנדיק זײן טאשן־טיכל אין דער האנט אפצוטריקענען דעם גרויםן ליכטיקן שטערן, װאם האט געשטראלט פון תורת השם. רבנות האט ער ממאם געװעזן, הרבצת תורה האט ער זײער ליב געהאט, און יעדע פרײע מינוט האט ער אויסגענוצט אדער מיט לערגען פאר זיך אדער צו לערנען מיט אנדערע. ר׳ יצחק ישעי׳ס שװאגער, ר׳ איטשע מאיר גוטמאן ע״ה׳

passage_93326da4cd4efa01ff95ec67
Passage 4normalized OCR · source chars 2929-3993

א ײד א תלמיד חכם און אין מײנע צײטן אויך א נגיד׳ האט מיר דערצײלט׳ אז אין יאר 1905 האבן די איגהאבער פון די גרעסערע לעדער־פאבריקן באשטימט ר׳ יצחק ישעי׳ אלס זײער קאמיסיאנער אין װארשע׳ דאם מײנט ער זאל פארקויפן אין װארשע זײער לעדער־פראדוקציע. אמאל איז ר׳ איטשע מאיר גוטמאן געקומען אין װארשע מיט א טראנסםארט םחורה און האט געװאלט זעען זײן שװאגער דעם קאמיםיאנער׳ אים איבערצוגעבן די םחורה און רעדן מיט אים װעגן די מסחרים. א גאנצן זומער־טאג האט ער זיץ שװאגער נישט געטראפן אין זײן הײם׳ און פארנאכט איז ער אריץ אין בית מדרש אויף דער פראנצישקאנער גאם — אויף אט דער באװוסטער גאם איז געװעזן די הויפט־בערזע פון לעדער — דאװענען מנחה. דארט האט ער דערזעען א הונדערט קעפיקן עולם זיצן ארום די טישן מיט גמרות. ר׳ יצחק ישעי׳ דער קאמיםיאנער זאגט דעם שיעור מיט גרוים עױן און עפעס א ײד א למדן שפארט זיך אין לערגען און זאגט׳ אז ר׳ יצחק ישעי׳ איז נישט גערעכט. מאיר גוטמאן איז געװארן אויםגעבראכט׳ ער האט פארשטאנען׳ אז דאס װאם ער האט נישט געקאנט געפונען א גאנצן טאג זיץ קאמיםיאנער אין זײן געשעפט׳ איז מחמת ער האט םשוט פארבראכט א גאנצן טאג אין בית המדרש. לויפט ער צו מיט כעם צו דץ שװאגער און שרײם

passage_ce6c85c779605fbdf43acde2