משה דאמב / פון ״כמיעל״ ביז כמיעלניק (לאנדאן) משרי ראמב
אמאל׳ אמאל, האט זיך דא געצויגן די קײט מיט װעלדער פון ״הײליקן קרײץ״. דא האבן אמאל געװאקםן שלאנקע סאםנעם׳ דעמבעם, אײדל־װײסע בעריאזעם. ם׳האט דא אמאל געשװיבלט מיט װילדע חזירים׳ װעלף, און אנדערע װילדע חױת. קלײנע בערגלעך האבן זיך געצויגן ארום און פון די בערגלעך האט ארויסגעקװאלט א קלײן טײכל. נעבן דעם טײבל איז געװען א קלײן דערפל, װו ם׳האט געװאקםן האפן (אויף פויליש — כמיעל). דאם האבן די פריצים טאינםקי, גורעצקי, ראדזשױויל, גענוצט דעם האפן אוים־ צוארבעטן דעם טײערן פוילישן נאציאנאלן געטראנק ״מעיד״, װאם פריצים האבן צוגעטרונקען גאכן אפעםן די פלײשן פון די געפאנגענע װאלד־חזירים, אדער װילדע האזן. דאם דערפל פויערים האט געארבעט פאר די פריצים, װעלכע האבן העכער — איבערן טײכל געהאט זײערע פאלאצן. איז טאקע דאס ראטהויז פון יאנקל לאנגװאלד געװען .אמאל דער פאלאץ פון דערפל כמיעל, װו עם האבן געוװינט אמאל דער כראביע טאינםקי און אנדערע פריצים. װען די ײדן האבן אײנגע־ װאנדערט אהער, האבן זײ אנגעהויבן בויען גארבערײען בײ דעם קלײנעם טײכל, און אײנציקװײז האבן זיך געבויט װאםער־מילן, .אזוי אז דאם דערפל כמיעל האט זיך װאם א מאל פארגרעםערט. עם זענען אײנציקװײז פארשװונדן די שלאנקע סאסנעס און דעמבעם אזש העט ביז צו דעם דארף שלאדקאװ. נעבן ראטהויז ארום האבן זיך געבויט אנדערע הײזער אין א ראד, און פון דעם האט זיך געפארעמט דער גרויםער שטאט־מארק. ,אז עם זענען געקומען מער ײדן׳ האט מען געעפנט מער קראמען מיט פארשידענע םחורות, ביז דאס דערפל כמיעל איז געװארן א שטעטל — כמיעלניק. עס האט שוין דא אנגעהויבן צו שמעקן מיט ױכטענער פעל. די מילן האבן מעלאנכאליש געקלאפט, ם׳איז שוין געװען א פאבריקם־קוימען פון דער ביר־ברויערײ, פון װאנעט עם האט געשמעקט מיט קאכעדיק ביר און האפן. אזוי ארום זענען באשעפטיקט געװארן מער מענטשן, עם זענען אנגע־
קומען מער בעקערם, שוסטערם, שנײדערם, באלעגאלעם. דא איז אמאל אנגעפאלן דער אטאמאן כמיעלניצקי מיט זײנע קאזאקן, געראבעװעט, חרוב־געמאכט, געברענט. דאם שטעטל האט זיך פריש אנטװיקלט אדאנק יידישער מי און פעאיקײט פון ײדישע סוחרים. דא האבן אדורכמארשירט נאפאלעאנס חײלות, אװעק אויף מזרח, זױיל דא זענען געװען די קרײצװעגן פון מזרח און מערב. פיל ײדן האבן זיך ארויפ־ געארבעט, געװארן רײבער, דאס שטעטל האט זיך מער אויפגעבויט. שנײדערס און שוסטערם זענען געפארן אויף יארידן האנדלען, גוט געמאכט. ם׳האט זיך אויפגעבויט א שײנע שול און א בית המדרש. דאס שטעטל כמיעלניק האבן ביסלעכװײז באװוינט מער ײדן און דער מסחר איז געװאקסן פון טאג צו טאג. און אזוי אויך די מלאכה.
פארשידן איז געװען דאם לעבן אין כמיעלניק. אנדערש האבן געלעבט די בעלי־מלאכות, אנדערש די גבירים. עם זעגען דא קײנמאל נישט געװען קײן גרויסע בילדונגס־ אנשטאלטן, אבער דער פרומער טאטע האט געשיקט זײן זון אין חדר, נאך דעם אין בית המדרש, און אט פון דעם בית המדרש זענען ארוים די אינטעליגענטן. אין בית המדרש האט מען טאקע געלערנט משנױת׳גמרא, אבער פיל פון די בית־מדרשניקעס האבן באהאלטעגערהײט געלעזן םאקאלאװם ״הצפירה״ אדער באהאלטן אונטער די לאנגע קאפאטעם שפינאזאס ״עטיק״, סמאלעגםקינם װערק אוןאנדערע ביכער. ס׳האט זײ געװעקט צו עפעם העכערם, בעםערם, שענערם. זעגען טאקע פון דעם בית המדרש ארויסגעקומען אזעלכע פײנע אינטעליגענטן װי ישכר קאנערצוקער, אברהם זיל־ גערבערג, מאטל צוקערמאן. זײ האבן טאקע געשאפן די צױניםטישע ארגאניזאציע אין כמיעלניק. נאך דעם האבן זיך געשאפן אנדערע ארגאניזאציעם, װי דער השומר הצעיר, רעכטע און לינקע פועלי צױן. ס׳האבן װאם אמאל מער זיך אנטװיקלט די פארטײען, פיל האט דאם געװירקט פאר דעם צױניסטישן געדאנק, װײל פון דער בעסטער ױגנט זענען א םך אװעק קײן ארץ־ישראל אלס ערשטע פיאניערן.
פארשידן זעגען געװען די מענטשן, פארשידן דאם לעבן. דער ארעמער האט מקנא געװען דעם גביר. די ױגנט האט פארבראכט מערסטנם אין פארטײען. מען האט זיך געליבט, פארראטן, מקנא געװען די שײנע, די רײכע, די בעסערע. מען האט אלץ געװוםט, װאס עס טוט זיך בײ יענעם אין שטוב, מען האט ליב געהאט צו בארעדן, אינטריגעם. מען האט זיך געשעמט אײנער פאר דעם צוױיטן און יעדער האנ1 געקענט דעם צװײטן. אפט האט מען געגעבן צונעמען. אײנער האט געהײסן יענקל, האט מען אים גערופן יענקל חיה שרה׳ס. װײל די מוטער האט געהײםן חיה שרה. איז אײנער געװען א שנײדער, האט מען אים גערופן יעקב שנײדער, אדער פײװל שוסטער, חײם םטאלאר, קאפל באלעגאלע, אזוי האט מען שוין געװוםט װעמען מען מײנט. כמיעלניק האט געהאט איר ספעציפישן ריח — א ריח פון ױכטענע לעדער, װײל עם זענען געװען א סך גארבערײען■ װי מענדל מאירם גארבערײ, הענעכ׳ם גארבערײ, משה דאלום גארבערײ, די גארבערײ פון די ״יאפאגטשיקעם״. די אלע