Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 99
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1158

משהלײזערמינץ / מיינע זצרוגות (נױ־יארק) ארײנפיר-װארט מיץ נאמען איז משה לימער (מאריס) מינץ, געבוירן און דערצויגן אין כמיעלניק ; דער ײנגסטער פון 9 קינדער. די נעמען פון מײנע עלטערן זענען געװען אברהם יעקב און מינדל. מײן פאטער האט מען גערופן אברהם יעקב ״קעלבל־קצב״. מײן מוטער האט מען גערופן מיגדל־שרהלע די הײבאמם אדער שרהלע דער גבאיטעס טאכטער. מײנע עלטערן, זײדעס און עלטער־זײדעם שטאמען פון כמיעלניק. איך געדענק נאך אלם א קינד, תשעה־באב אינדערפרי ארוים־ גײענדיק פון שול זענען ײדן געגאנגען מיטנעמענדיק זײערע ײנגלעך אנגעגורט מיט הילצערנע שװערדלעך צום נײעם בית־עולם. ארויפקומענדיק אויפן בית־עולם האט מיך מײן פאטער געהאלטן בײ דער האנט, אויפגעזוכט די קברים פון מײנע עטלעכע דורות זײדעס און איך האב געװארפן קנאבל אויף זײ און ארײנגעשטעקט מײנע הילצערנע שװערדלעך לעבן די מצבות. די פרנםה פון מײן פאטערם יאטקע איז נישט געװען קײן געהױבענע. כדי ארויסצוהעלפן מײן פאטער אין דער פרנסד״ האט מײן מוטער אנגעהויבן לערנען מיט דערװאקםענע מײד־ לעך זאגן עברי פון סידור. װען עס זענען געקומען די ימים־ נוראים, פלעגט שוין מײן מוטער זײן שטארק פארנומען מיט די ױם כיפור־ליכט, װאם זי פלעגט מאכן פון רײנעם בינען־ װאקס. אויף יעדן ליכט איז געװען אנגעקלעפט א צעטעלע מיט דעם נאמען פון דעם באשטעלער.

passage_99004042c6dffb365f1d24ef
Passage 2normalized OCR · source chars 1160-2150

אין יאר 1896, שטארבט פלוצלינג מײן ליבע מוטער — אין עלטער פון 49 יאר. מײן עלצטע שװעסטער נעמט מיך דאמאלט צו זיך קײן קעלץ. איך בלײב בײ איר ביז צו מײן בר־מצוה. מיט א תפילין־זעקל אונטערן ארעם קום איך מיט מײן פאטער אין בית־המדרש. דער פאטער זאגט דעם ברוך שפטרני... און ער פרעגט בײ מיר װעגן תכלית אפשר לערנען א מלאכה י אין דער זעלבער צײט האט מײן שטיפברודער פםח קאװאל (מײן פאטער האט געהײראט מיט זײן מוטער) זיך גענויטיקט אין א לערן־ײנגל, בין איך אװעק לערנען דאם פאך. איך האב עס זײער שנעל איבערגענומען. פסח קלײנהענדלערם םפעציאליטעט איז געװען ליכט־מאשינען און די באשטעלונגען זענען געקומען פון באקאנטן ליכט־און זײף־פאבריקאנט לעװקאװיטש, בײ װעלכן א סך ײדישע בעלי־ מלאכות האבן געהאט פרנסה. פםח אליץ האט קײנמאל נישט געארבעט די שװערע קאװאלסקע ארבעט. אלם ערשט־קלא• סיקער םאכמאן האט ער אויםגעפירט די פײנםטע טעכנישע משה לײזער מינץ מאשינען־ארבעט פאר כמיעלניקער לעדער־פאבריקן, װאסער־ פלימפן א.א.װ. נאר זײן אײגענער ברודער חײם, װאם האט בײ אים געלערנט די מלאכה האט געקאנט אין בויען ליכט־ מאשינען מיט אים קאנקורירן.

passage_d476cf1bee2315dbf7b761a0
Passage 3normalized OCR · source chars 2152-3171

אין דעם יאר 1899, װען איך האב אנגעהויבן זיך צו לערנען די מלאכה, איז פםח געװען פארװארפן מיט ארבעט. װען פסח איז אײעק קײן װארשע, בין איך געבליבן דער פאראנטװארט־ לעכער פאר דער גאנצער פאבריק, כ׳האב אנגענומען צו פארריכטן פלימפן, געמאכט פארשידענע מכשירים פאר גאר־ בערס און אנדערע ארבעטן — אזוי אז מײן באלעבאסטע טעמערל האט באקומען עטלעכע רובל יעדע װאך פון מײן ארבעט. זי האט טאקע געשריבן צו פסחן אז ער זאל איר נישט שיקן קײן געלט ״װײל משה־לײזער פארדיגט יעדע װאך א פאר רובעל, אז עס איז גענוג פאר אלעמען... דערפאר קענסט אים קויפן עפעם א מלבוש, װען דו װעםט אהײמקומען...״ אין יאר 1902 זײענדיק אין קיעלץ דאם ערשטע יאר נאך מײן באפרײאונג אלם לערן־ײנגל, איז אויסגעבראכן דער רוםיש־יאפאנישער קריג. קיעלץ האט געהאט א גרויםע ארבעטער־פארטײ, די פ.פ.ס., פוילישע סאציאליםטן. די ארבע־ טער אין כמיעלניק האבן נאך געארבעט א שקלאפן־ארבעט, פון פארטאגס ביז שפעט אין דער נאכט און אויך שבת־צו־ נאכט ביז פארטאגס. קיעלץ האט ארגאניזירט אלע ארומיקע שטעטלעך, איז אויף מיר געפאלן דער גורל, צו ארגאניזירן א קאמף פאר אפשאפן די ארבעט פון שבת־צו־נאכט אין כמיעלניק.

passage_a315c31699ee1d774c1f3b6b
Passage 4normalized OCR · source chars 3173-3775

קום איך אײנמאל אראפ קײן כמיעלניק אויף א שבת און איך לאז װיםן אלע שנײדער־געזעלן, אז מיר טרעפן זיך אלע נאך מעריב אין מארק• מיר קומען אלע אין מארק, בלויז אײנער האט געפעלט, דאם איז געװען שמואל כעמיעם גודמאן, װאס האט געארבעט בײ שלמה גאנז. װען מען איז געקומען צום הויז פון שלמה גאנז ארויםרופן שמואלן, האט קײנער נישט געװאלט ארײנגיץ. אויך מיט מיר האט קײנער נישט געװאלט מיטגײן, בין איך אלײן אריץ. איך קום ארײן צו שלמה גאנז, זאג .א גוטע װאך י״ גײ גלייך צו צו שמואלן, און זאג אים אז אלע װארטן אין דרויםן אויף אים ער זאל ארויסגיץ. ענטפערט ער, אז דעם פאלטן דארף דער״פריץ״ אויף מארגן. איך גײ־צו צו דער מאשין און נעם

passage_6a4114ebb74c0a258617eddb