Original scan
Original memorial-book scan 336
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1077

גליקליך איז דער און געבענשט זאל דער ווערן וואס וועט פאראייביגען אייערע טרערן הייליגע, צווייטויזענט-יעריגע טרטרן. (חיים נחמן ביאליק, גלוסט זיך מיר וויינען...) וועז מיין קאפ וואלט מיט וואסער פול זיין מיינע אויגן א קוואל טרערן פול וואלט איך טאג און נאכט געוויינט איבער די קדושים פון מיין געפייניגט פאלק. (פון תנ*ך, ירמיהו, קאפ. 8 פסוק 23) פארווארט אינ'ם דאזיקן בוך זענען מיר זיך מתיחד מיטן הייליקן אנדענק פון אונזערע טייערע דאוויד- האראדאקער שוועסטער און ברידער, וועלכע זענען אומגעבראכט געווארן אויף אזא אכזריותדיקן אויפן דורך די נאצישע רוצחים. % 4 * זאל דאס בוך דינען ווי א הייליקע אייביקייטס-מצבה פאר די לעבנס, וועלכע וענען פארשניטן געווארן אֶן רחמנות און גלייכצייטיק, זאל דאס בוך זיין אן אומאפמעקבארער קין- צייכן אויף די שטערנס פון די, וואס האבן ווי ווילדע חיות פארגאסן אומשולדיק בלוט פון מענער, פרויען, קינדער, אלטע לייט, קראנקע-פרידלעכע און שוצלאזע יידן. * . * מיר האבן געמאכט א פרווו אויפלעבן און דורכפלעכטן אין דאזיקן בוך קאפיטלען פון שטעטלשן שאפונגס און ארבעטס-לעב]ן, ווי אויך געבן א בילד פון ברויזנדן, שפרודלידקן לעבנס- לוסט אין זיינע פארשיידענע פארמען און תקופות.

passage_1d1aa4e1daf8d679c34e9035
Passage 2normalized OCR · source chars 1079-1903

די קומענדיקע דורות., וועלן אין דאזיקן בוך, אזוי ווי אין אלע אנדערע יזכור-ביכער, געפינען אן אפשפיגלונג פונ'ם יידישן לעבן אין די מזרח-אייראפייאישע גלות לענדער פון פארן גרויסן חורבן און אומקום. דאס בוך פרעטענדירט ניט אפצושפיגלען דאס גאנצע פילזייטיקע און פילפארביקע יידיש לעבן אין דאוויד-האראדאק, ווייל אויך דאס, וואס ס'געפינט זיך אין אים -- איז בלויז א קליין טייל פון דער אריגינעלער דאוויד-האראדאקער ווירקלעכקייט. אונדזער שטעטל איז ניט קיין אויסנאם מיט איר אריגינעלקייט פון אלע אנדערע יידישע שטעטלאך אין פארמלחמהדיקן פוילן; אבער פאר די געבוירענע אין דאוויד"האראדאק און פאר די, וואס האבן דארט פארבראכט זייער יוגנט און א גרויסן טייל פון זייער לעבן, איז דאס שטעטל אן אומאויסשעפלאכער קוואל פון אומפארגעסלעכע איבערלעבונגען, פון דערינערונגען און דער- ציילונגען וועגן דעם, וואס איז אמאל געווען און פארשוונדן אויף אייביק. * . * 227

passage_7b53b49cabac4fd28ae00305