מיר אונטערשטרייכז מיט גענוגטואונג, אז אונדזער שטעטל איז איינע פון די ווייניקע קהילות, וועמענ'ס הויפט רוצחים פון צווישן דער ארטיקער ווייסרוסישער באפעלקערונג -- די ,האראדטשוקעס" -- זענען ארעסטירט און איינגעזעצט געווארן אדאנק די אומדערמידלעכע און מסירות-נפשדיקע אנשטרענגונגען פון אונדזער בן-עיר אהרון (ארצ'יק) בר' דב מוראווטשיק. % . * 5 יאר זענען שוין פארביי, זייט דעם טראגישדשוידערלעכן טאג פון י"ז באב תשי"א - דעם טאג פון מאסן-מארד אין אונדזער שטעטל און די וונד איז ניט פארהיילט געווארן און וועט קיינמאל ניט פארהיילט ווערן. דאס איינציקע, וואס מיר האבן געקאנט אויפטאן, כדי צו פאראייביקן דעם אנדעק פון די קדושים, איז צו שטעלן די דאזיקע מצבה. זאל, אלזא, די מצבה שיקן איר הארצרייסנדן וויי-געשריי צו די הימלען אויף דור דורות. דער יזכור-בוך איז א פראדוקט פון קאלעקטיווער ארבעט פון אונדזער שארית הפליטה אין מדינת ישראל און אין די פארשיידענע גלות לענדער. דאס געשילדערטע אין אים איז געשריבן געווארן דורך יידן פון א גאנץ יאר, וואס זענען קיינמאל ניט געווען און פרעטענדירן ניט צו זיין קיין שרייבער. דערין זעען מיר דעם באזונדערן ווערט פונ'ם בוך, וואס איז אן אויסדרוק פון פשטות און אוממיטלבארקייט.
א יישר-כוח די אלע, אין ישראל און אין חוץ לארץ, וועלכע האבן געשריבן דערינערונגען, געקליבן דאקומענטן און בילדער, געווידמעט צייט, ענערגיע און מי, געשאפן די נויטיקע פאנדן און געהאלפן דער רעדאקציע אויסצופילן די, ארויפגעלייגטע אויף איר, הייליקע שליחות. די רעדאקציע. 5 * 8
מיר דריקן אויס אונדזערע דאנקבארקייטס-געפילן און אנערקענונג די אלע, וועלכע האבן אונדז געהאלפן ארויסגעבן דעם יזכור-בוך צום אנדענק פון די קדושים פון דאוויד- האראדאק און אומגעגענד. -- דעם דאוויד-האראדאקער פרויען קאמיטעט אין דעטראיט און דער פרוי חנה שפילבערג-גראנאדיר, וועלכע האט א גרויסן חלק אין די אויפטוען פונם קאמיטעט ; -- דעם דאוויד"האראדאקער קאמיטעט אין ניו-יארק און דעם הער יעקב קיטאי, וועלכער האט פיל אויפגעטאן אויפן געביט פון זאמלען מאטעריאל און געלטער פארן בוך : -- אונדזערע חברים יצחק זעלדין-עידן, יוסף ליפשיץ און יעקב מאַר (קאָפל מוראווטשיק), וועלכע האבז זיך באטייליקט אין שרייבן, רעדאגירן, איבערזעצן און קארעגירן דעם ביך : - די אלע, וועלכע האבן געווידמעט צייט אוּן מי, כדי דאס בוך זאל דערשיינען. ואל דאס בוך דינען פארן פרט און פארן כלל און פאר דער גאנצער, אין טרויער און ווייטיק, לעבענס-געבליבענער דאוויד-האראדאקער משפחה, אלס בוך פון לערע און פארטיפונג. זאל דער דאזיקער אויפטו -- דאס בוך צום אנדענק פון די דאוויד"האראדאקער קדושים -- פארטרעטן אן אייביקייטס-מצבה ביזן לעצטן דור. קאָמיטעט פון די דאוויד-האראדאקער און אומגעגנד אי שראל 28