די געשיכטע פון דאוויד-האראדאק פארווארט כ'האב אויף זיך גענומען די אויפגאבע צו געבן אין מיין דאזיקער באשרייבונג א געשיכטלעכע אפהאנדלונג און א בילד פון אונדזער שטעטל דאוויד-האראדאק אין אלגעמיין און פון דער יידישער באפעלקערונג אין איר בפרט. איך בין ניט קיין שרייבער און אוודאי ניט קיין היסטאריקער, כ'האב אויך קיין פרעטענזיעס ניט דערצו. איך ווייס ניט, דעריבער, אויף וויפיל ס'וועט מיר געלינגען ריכטיק און אין דער געהעריקער ארדענונג די געשיכטע פון דאוויד-האראדאק. צו מיין דאזיקער ארבעט, האב איך מיך באנוצט מיט די מאטעריאלן פון די ,ייווא- בלעטער*, מיט דער ,געשיכטע פון ליטווישן יידנטום" פון ס. א. בערשאדסקי, מיט י. שיפעריס ,די באזעצונג פון יידן אין ליטע און פוילן אין די אמאליקע צייטן, ביזן ענדע פון 18-טן יאר- הונדערט"* און מיטן זאמלבוך ,1000 יאר פינסק". ליידער זענען מיר אפגעריסן פון די מאטעריאלן און ארכיוון, וואס וואלטן אונז געקענט געבן א מער גענויעם און קלארן בילד פון דאוויד-האראדאק. די געשיכטע פון שטעטל אין די לעצטע 80-70 יאר, האב איך געשעפט פון די מונדלעכע דערציילונגען פון אונדזערע זקני העיר, פון מיינע פערזענלעכע זכרונות און אויך פון די אלע, וואט האבן געקענט עפעס צוגעבן און דערגענצן.
איך האב מיך. ווי ווייט מעגלעך, באמיט איבערצוגעבן בלויז פאקטן און דאטעס, אויס- מיידנדיק אפשאצונגען. כ'האב מיך אויך באמיט צו קאנטראלירן די ריכטיקייט פון די דאזיקע פאקטן. כ'בין זיכער, אז מיין ארבעט איז ניט קיין אויסשעפענדע. מעגלעך. אז געוויסע וויכטיקע געשעענישן האבן ניט באקומען זייער אפשפיגלונג אין מיין דאזיקער ארבעט. ס'קען זיין. אז כ'האב געוויסע מאמענטן געדארפט ברייטער און אויספירלעכער באשרייבן און אנדערע פארקירצן -- פאר די פעלערן און בלויזן בעט איך אנטשולדיקונג פון די חשובע לעזער און לאנדסלייט. מיין דאויקע ארבעט האב איך געשריבן מיט א יראת הכבוד, מיט א ציטער אין הארץ. איך האלט פאר מיין הייליקן פליכט צו פאראייביקן אויפן פאפיר די געשיכטע פון אונדזער שטעטעלע, וווּ ס'האבן הונדערטער יארן געלעבט אונדזערע עלטערן, געבויט זייערע נעסטן, אויפגשטעלט משפחות. געהאט זייערע מנהגים און געוווינהייטן, דורכגעמאכט צייטן פון פרייד און פון ליידן און צום סוף אזוי טראגיש אומגעקומען צוזאמען מיט דער איבערוויגנדער מערהייט פון אייראפייאישן יידנטום דורך ז'י מערדערישע היטלעריסטישע, מיט בלוט פארפלעקטע, הענט.
איך מיין, אז כ'וועל ניט זינדיקן מיט קיין לאקאל-פטריאטיזם, אויב איך וועל וואגן צו זאגן, אז דאוויד-האראדאק, איז געווען אן אויסערגעוויינלעכע שטעטעלע, וואס האט זיך אונטערשיידט פון אלע ארומיקע שטעט און שטעטלעך.: א שטעטעלע, וואס די יידן אין איר זענען געווען פרום און ניט פאנאטיש, און האבן געזארגט פאר יידישער און אלגעמיינער בילדונג, מיט קיין ארבעט האבן זיך יידן ניט געשעמט, דאגעגן איז געווען א חרפה צו זיין אן עם-הארץ. 129