Original scan
Original memorial-book scan 339
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1018

א שטעטעלע, וואס איז געווען דורכאויס ציוניסטיש, מיט אן אנטוויקלטער און טיכטיקער יוגנט, וועלכע האט געלערנט און געשטרעבט צו בילדונג און וויסן. זי איז געווען די איינציקע אין גאנצן גלות, וווּ די קינדער האבן אין די לעצטע פאר- מלחמה-יארן גערעדט צווישן זיך, מיט די עלטערן און אפילו מיט די גויישע דינסטן אויסשליסלעך עברית. א שטעטעלע, וועלכע האט פארמאגט איינע פון די בעסטע ,תרבות"-שולן אין פוילן, פיל קולטור אינסטיטוציעס און אנשטאלטן, ביבליאטעקן מיט ערנסטע לעזער און אלע פאר- לעזונגען און רעפעראטן זענען פארגעקומען ביי פול געפאקטע זאלן. ס'איז א ווייטיק אין הארץ, צו שרייבן וועגן דעם אלעם אין דער שפראך פון פאר- גאנגענהייט, וויסנדיק, אז דאס אלץ איז פארשווונדן און אומגעקומען אויף אזא טראגישן אופן. זאל דעריבער די דאזיקע ארבעט, וועלכע איך ברענג יעצט פאר אייך. טייערע לאנדסלייט, דינען ווי א קליין באשיידן דענקמאל פאר אונדזערע קדושים. די אלגעמיינע געשיכטע פון דאוויד-האראדאק מיר האבן ניט קיין קלארן ענטפער אויף די פראגן, ווען ס'איז אנטשטאנען די שטעטעלע. אין וואסערע אומשטענדן און ווען ס'איז אין איר אנטשטאנען דער יידישער ישוב.

passage_f588f3d024b8418db9814fbd
Passage 2normalized OCR · source chars 1020-2182

איך וועל מיך באמיען, לויט די ווייניקע היסטארישע מאטעריאלן, וואס זענען וועגז דעם דא, לויט דער געאגראפישער לאגע פון שטעטל און לויט איר נאמען פעסטצושטעלן די אומגעפער, צום אמת, נאענטע דאטע. דאוויד-האראדאק ליגט אין הארץ פון פאלעסיע, ביים טייך הארין (10 קילאמעטער פארן צונויפגיסן זיך פון הארין אין טייך פריפיעט). דער טייך הארין איז 570 קילאמעטער לאנג און ער פאראייניקט וואלין מיט פאלעסיע. א דאנק דער וואסער-פארבינדונג זענען וואלין און פאלעסיע געווען פאראייניקט מיט אוקראינע פון איין זייט און מיט ליטע פון דער צווייטער. כדי צו דערנענטערן זיך צו דער תשובה אויף דער פראגע. ווען דאוויד"-האראדאק איז אנטשטאנען, מוזן מיר נעמען צו הילף די געשיכטע פון פאלעסיע אין אלגעמיין, וועלכע וועט אונדז אביסל באלייכטן די פראגע. די ערשטע היסטאריש-קאנטראלירטע ידיעה וועגן פאלעסיע שטאמט פון יאר 988. אין דער ,כראניק פון סוזדאלער פערעיעסלאוו? ווערט אונטער דער דאטע ארומגערעדט די חלוקה פון רוסלאנד, וועלכע ווערט פאנאנדער געטיילט צווישן וולאדימיר דעם גרויסנס זין ; דארט ווערט דערציילט, אז איינער פון זיינע זין -- סוויאטאפאלק באקומט פינסק, טורעוו און דערעוויע. אין יאר 1005 ווערט אין טורעוו געגרינדעט א קירכלעכער צענטער און אלע שטעט ארום, איינשליסלעך פינסק געהערן צו דער טורעווער ביסקאפיע.

passage_f0d7f4a997f2decb8ceb1ca1
Passage 3normalized OCR · source chars 2184-2705

אין יענער צייט האבן אלע רוסישע שטעט געליטן פון די אפטע טאטארישע אנפאלן. אין יאר 1185 ווערט טורעוו אזוי שטארק צושטערט דורך די טאטארישע אנפאלן ;אז זי איז שוין מער קיינמאל ניט צוריקגעקומען צו איר פריערדיקן גלאנץ". אין יאר 1240 מאכן די טאטארן חרוב די גאנצע געגנט, וואס איז געלעגן אויף דער רעכטער זייט פון הארין און פריפיעט. אלע איינווינער זענען דאן אנטלאפן אויף דער צווייטער זייט טייך און איבערהויפט קיין פינסק, וווּ ס'האבן זיך קאנצענטרירט דער טשערניגאווער פירשט מיכאיל מלט רעשטלאך פון זיין מיליטער און וואלינער פירשטן. 220

passage_cba0a0fbe287ab2be74845b4