די טאטארן זיינען דעמאלט פארבליבן א לענגערע צייט אין פאלעסיע און לויט אלע ווארשיינלעכקייטן איז דאן דורך זיי געגרינדעט געווארן דאוויד-האראדאק. זיי האבן אויך אנגעשאטן דעם בארג ביים ברעג פון טייך. וועלכער האט זיי געדינט פאר א פעסטונג. אין שפעטערע יארן איז אויפן דאזיקן בארג אויסגעבויט געווארן א פראוואסלאוונער קלזיסטער. אז דער בארג איז געווען א קינסטלעך אנגעשאטענער איז באשטעטיקט געווארן דורך די אויסגראבונגען, וואס די פאלאקן האבן דארט געמאכט אין יאר 1936-37 און געפונען אין די טיפענישן פארשיידענע כלים און קברים. פונוואנען נעמט זיך דער נאמען דאוויד"האראדאק ? וועגן דעם זענען דא פארשיידענע לעגענדעס : איינע זאגט, אז דאס איז א נאמען נאך איינעם פון א פירשט'ס קינדער : דאוויד. די צווייטע לעגענדע -- א פוילישע -- זאגט, אז אָווידיוס איז דורכן אמאליקן רוים פארשיקט געווארן אין דער געגנט פון שווארצן ים און אז ער איז געשטארבן אין דאוויד-האראדאק און דעריבער טראגט די שטעטל זיין נאמען.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-876
passage_d758f88d369c0a19fa58042d
Passage 2normalized OCR · source chars 878-1316
די דריטע לעגענדע זאגט, אז דאוויד איז געווען א פארשפרייטער נאמען צווישן די טאטארן און זיי האבן דאס א נאמען געגעבן דאוויד-האראדאק. אגב, ביז היינט צו טאג זענען געבליבן די שפורן פון דער טאטארישער ראסע אויף די דאוויד-האראדאקער מיעשטשאנעס, וועלכע הייסן ,האראדטשוקעס". זיי אונטערשיידן זיך פון דער ארומיקער קריסטלעכער באפעל- קערונג מיט זייער ברייטער טאטארישער נאז, מיט דער העל-ברוינער פארב פון זייערע געזיכטער און מיט זייער קערפערליכן געבוי. 211
passage_77b87d429a8553109a320881