לויט אלע ווארשיינלעכקייטן איז דאוויד"האראדאק געגרינדעט געווארן אין ענדע פון 1טן אדער אנהויב פון 12-טן יארהונדערט דורך די טאטארן. די ערשטע היסטארישע ידיעה וועגן דאוויד"האראדאק איז פון 14דטן יארהונדערט. לויטן דאמאלסדיקן טראקטאט צווישן די קרייצלער און ליטווישן גרויספירשט וויטאס, וואס ווערט אנערקענט אלס זעלבסשטענדיקער הערשער פון ליטע, ווערט בפירוש דערמאנט אז פינסק, דאוויד-האראדאק און לודמיר (וולאדימיר-וואלינסק) גייען אריבער פון וויטאסעס הענט צום סטאראדובער פירשט זיגיסמונד קעלסטוטאוויטש. דאס באווייזט, אז צו יענער צייט איז שוין דאוויד"האראדאק געווען א וויכטיקע שטאט. פון דאן אן איז דאוויד"האראדאק אנגעשלאסן צום פינסקער פירשטנטום, וואס האט אין יענער צייט ארומגענומען גאנץ פאלעסיע. אין 15-טן יארהונדערט גייט אריבער דאוויד"האראדאק צום פירשט יורי סעמיאנאוויטש אלשאנסקי, וועלכער איז געווען דער שטעלפארטרעטער פון ליטווישן גרויס"פירשט און פוילישן קעניג קאזימיר יאגעללא. נאכן טויט פון פירשט יורי, ווערט דער גרויספירשטלעכער פארטרעטער איוואן סוויאטא- סלאוויטש און נאך זיין טויט גייט דאס פינסקער פירשטנטום אריבער אויף א קורצער צייט צו דער פוילישער קרוין.
אין יאר 1427 ווערט די הערשערין פון פינסקער פירשטנטום די פירשטין מאריא. וועלכע האט געהערשט צוזאמען מיט איר זון וואסילי ביזן יאר 1495. נאך וואסיליס טויט, האט זיין ארט פארנומען זיין שוועסטער אלענא מיט איר מאן פיאדאר. אין יאר 1521 שטארבט דער פירשט פיאדאר און דאן גייט דאס פינסקער פירשטנטום אריבער צום קעניג זיגיסמונד דעם ערשטן. דעם 8-טן אקטאבער 1523 גיט איבער דער זעלבער קעניג זיין פרוי באנא ספארצא די געגנט פון פינסק, קלעצק., דאוויד-האראדאק און ראהאטשאוו. אין דער תקופה פון באנא ספארצאס הערשאפט האט זיך פאלעסיע שטארק אנטוויקלט. זי, באנא ספארצא, האט אראפגעבראכט פוילישע קאלאניסטן און זיי באזעצט אויף פרייע באדנס. זי האט דורכגערייניקט די טייכן, געגראבן קאנאלן, זי האט איינגעפירט א ספעציעלן שטייער פוז פינסקער איינווינער איז דער פארם פון 12 פישערס, וועלכע האבן געשאפן א שטענדיקע קאמוניקאציע צווישן פינסק, נאבעל און דאוויד"האראדאק. איז יאר 1556 פארלאזט די קעניגין באנא ספארצא פיילן און דערמיט ענדיקט זיך אויך איר הערשאפט אין פינסקער פירשטנטום.
דער פוילישער קעניג און ליטווישער גרויספירשט זיגיסמונד אויגוסט נעמט דאן איבער די דאזיקע געגנט און מאכט בטל דאס פינסקער פירשטנטום. דאס פריערדיקע פינסקער פירשטנטום ווערט דאן פאראייניקט מיט כאמסקער, זשאבער און באראדיצער געגנט און זיי ווערן אנגעשלאסן צום ליטווישן פירשטנטום. אין יאר 1569 איז געשען א ווענדעדפונקט אין די באציאונגען צווישן פוילן און ליטע. איז דאזיקן יאר איז אויף דער זיצונג פון לובלינער סיים באשלאסן געווארן צו שאפן אן ענגע פאליטישע אוניע צווישן פוילן און ליטע. דער דאזיקער באשלוס האט געעפנט די טויערן פאר פוילישע איינפלוסן אין אלע געגנטן פון ליטע. די פוילישע קולטור און איבערהויפט דער קאטוילישער קלער, האט דאס גלייך אויסגענוצט און אנגעהויבן אריינדרינגען אין אלע געגנטן. די אויפגאבע איז געווען א דאפעלטע : פאלאניזירן די עכט רוסישע געגנטן און גלייכצייטיק דערנענטערן זיי צום רוימיש-קאטוילישן גלויבן. מיט דער אונטערשטיצונג פון פוילישן קעניג זיגיסמונד דעם 3-טן; האט זיך דער קאטוילישער קלער גענומען צו דער ארבעט מיט גרויס ברען. זיי האבן זיך אין זייער דאזיקער 2