ארבעט ניט אפגעשטעלט פאר קיין זאך. מ'האט חרוב געמאכט פראוואסלאוונע קלויסטערס און מאנאסטירן, גערודפט אלע בירגער פון פראוואסלאוונעם גלויבן און מ'האט זיי געוואלט אזוי- ארום ברענגען צום באוואוסטזיין, אז אין די ראמען פון דער הערשענדער ארדענונג, קענען זי - אלס פראוואסלאוונע -- קיין רו און זיכערקייט ניט האבן. בכדי לייכטער אריבערצוציען די פראוואסלאוונע באפעלקערונג צום קאטאליציזם, איז דאן, צו דעם צוועק, געשאפן געווארן די אזויגערופענע ,קירכלעכע אוניע", וועלכע האט געזאלט זיין א בריק צווישן ביידע קירכן. די ,אוניע" איז געגאנגען מיט דער פראוואסלאוונער קירך אויף אייניקע הנחות, איבערלאזנדיק איר די שפראך מיט נאך עטלעכע מנהגים. דאגעגן האבן די ,אוניאטן" געהאט פיל רוימיש-קאטוילישע מנהגים און דאס וויכטיגסטע -- זיי האבן אנערקענט דעם פויפסט פארן ראש פון זייער קירכע. אלס ביישפיל, וואס אילוסטרירט אויף א בולטן אופן דעם קאמף צווישן ביידע קירכעס, קאן דינען די געשיכטע פון מארק מיט די קראמען אין דאוויד-האראדאק. ס'איז א פאקט, אז אויפן ארט, וווּ ס'איז געשטאנען דער מארק, מיט די קראמען, איז אמאל געווען א פראוואסלאוונער בית-הקברות. וויאזוי קומט דארט, אלזא, צו זיין א מארק און קראמען? ווער האט דאס דערלויבט ?
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1091
passage_e78c1ca83bcf8d12b41b682c
Passage 2normalized OCR · source chars 1093-1578
דאס דערקלערט זיך נאר אויפן גרונד פון קאמף צווישן ביידע קירכעס. דאס איז דערלויבט געווארן דורך דער קאטוילישער מאכט, כדי אפצוווישן די שפורן פון פראוואסלאוונעם אייגנטום. ווען אין דאוויד-האראדאק איז אנגעקומען דער ענערגישער גלח יוכניעוויטש, האט ער זיך גלייך גענומען פארריכטן די עוולה, וואס איז געטאן געווארן דער פראוואסלאוונער קירכע און ער האט אינמיטן מארק אויסגעבויט א קלויסטער. וועלכער שטייט ביז היינט צו טאג. הכנסיה דער קלויסטער הפרבוסלבית אין דאוויד- 7 האראדאקער דויד-הורודוק מארק 23
passage_b854ec5d62fb6c04b584e562