Original scan
Original memorial-book scan 343
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1085

דער קאמף צווישן דער פראוואסלאוונער קירך פון איין זייט און דער רוימיש-קאטוילישער פון דער צווייטער איז געווען זייער א פארביטערטער און ער איז געבליבן שטארק איינגעקריצט אין זכרון פון ביידע טיילן פון דער באפעלקערונג. שפורן פון דעם האבן מיר געפילט אפילו אין דער לעצטער צייט. נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען דאוויד-האראדאק איז אריבער צו פוילן, האבן זיך דארט ווידער באוויון די ,,אוניאטן", וועלכע מ'האט פאר די צארישע צייטן איבערהויפט שוין ניט געהערט. די פראווא- סלאוונע גלחים האבן זיך אנגעהויבן פילן ניט אזוי פעסט הן מיט זייער הערשאפט אויף די מאסן און הן מיט זייערע גיטער. שטילערהייט האט זיך ווידער אנגעהויבן א קאמף צווישן ביידע קירכעס. דער דאזיקער קאמף קעגן דער פראוואסלאוונער קירכע וואלט זיכער אנגענומען שארפערע פארמען, וועז ניט די מורא פון די פאלאקן, אז דאס וואלט געווען אייל אויף די רעדער פון די קאמוניסטישע פראפאגאנדיסטן אין יענער געגנט. (ווי באקאנט האט זיך דאוויד-האראדאק געפונען אינגאנצן 30 קילאמעטער פון דער פויליש-סאוויעטישער גרענעלץ). אינטערעסאנט צו באמערקן, אז אין דעם רעליגיעזן קאמף צווישן דער פראוואסלאוונער קירך און דער קאטוילישער, האבן יידן שטילערהייט אונטערשטיצט דער לעצטער.

passage_4901289700b2a85c64b59d6a
Passage 2normalized OCR · source chars 1087-2199

די תקופה פון דער לובלינער אוניע האט אריינגעבראכט אין פאלעסיע גרויסע ענדערונגען אין פאליטישן, רעליגיעזן און ווירטשאפטלעכן לעבן. אין יאר 1648 זענען פארגעקומען גרויסע און בלוטיקע געשעענישן אויך אין דער געגנט פון פאלעסיע. דער קאזאקן אויפשטאנד אונטער דער אנפירונג פון באגדאן כמיעלניצקי האט ניט אויסגעמיטן פאלעסיע. די פוילישע מלוכה האט קיינמאל פולשטענדיק ניט באהערשט אירע דרום-מזרח געגנטן. די סיבות דערפון זענען פארשיידענע און צוו. אנד. דער כאראקטער פון דער קאלאניזאציע, וואס די שליאכטע האט דארט געפירט. אהין פלעגן מאסנווייז אנקומען אזעלכע, וועלכע האבן פארלאזן זייערע היימן צוליב פאליטישע, סאציאלע און רעליגיעזע רדיפות, אדער אזעלכע, וועלכע האבן געזוכט לייכטע פרנסות, אדער גאר פשוטע פארברעכער. די אויפשטענדלער זענען ניט געבליבן איינזאם אין זייער קאמף. צו זיי זענען גלייך צוגעשטאנען די אונטערדריקטע פויערישע מאסן, וועלכע האבן געוואלט אראפווארפן פון זיך דעם געהאסטן, דורך זיי, שליאכטישן יאך. דער דאזיקער אויפשטאנד האט אויך ארומגענומען פאלעסיע. די יארן פון דעם קאזאקישן אויפשטאנד זענען מלט בלוטיקע אותיות פארשריבן אין דער יידישער געשיכטע -- גזרות תיח ות"ט -- יארן פון חורבן און צושטערונג פון מזרח-אייראפעישן יידנטום.

passage_f37b3f2451ef3b3bea246056
Passage 3normalized OCR · source chars 2201-2860

ס'זענען ניטא קיין קלארע ידיעות, וויאזוי ס'איז ארויס דער יידישער ישוב אין דאוויד- האראדאק פון דעם חורבן. עס איז אבער דא א באווית, אז די דאוויד"האראדאקער קהילה האט צוזאמען מיט נאך ארומיקע קהילות גענומען א הלואה כדי אויפצושטעלן די צושטערטע שטאטישע אנשטאלטן. דאקעגן איז דא א גענויערע ידיעה וועגן אנטייל פון דאוויד-האראדאקער קריסטן אין קאזאקישן אויפשטאנד. אין דער געשיכטע פון פינסק ווערט דערציילט, אז דעם גרעסטן חורבן האט דארטן אנגעמאכט דער אנפאל פון קאזאקן און טאטארן צוזאמען מיט דאוויד-האראדאקער און טורעווער פויערים. דריי מאל, ווערט דערציילט, האט פינסק געליטן פון קאזאקישן אויפ- שטאנד, אבער דעם גרעסטן חורבן האט אנגעמאכט דער אנפאל, וואס איז פארגעקומען מיטן 4

passage_487e83f5ad55f0394d61e75b