אנטייל פון די דאוויד"האראדאקער גויים. דער יידישער ישוב אין פינסק איז דאן כמעט אינגאנצן פארניכטעט געווארן. אין יאר 1707 האבן זיך באוויזן אין פאלעסיע די שוועדן. זיי זענען, אבער, צוליב די שווערע קאמוניקאציע מיטלען לאנג אין פאלעסיע ניט געווען. זיי האבן אפילו אנגעהויבן בויען בריקן איבער די טייכן, אבער זיי האבן דאס גלייך אויפגעהערט און פארלאזט די געגנט. לויט ווי די דאוויד-האראדאקער זקני-העיר האבן דערציילט, איז אין דאוויד-האראדאק געקומען איינמאל א פאטרול פון 3 שוועדישע זעלנער. זיי זענען אריין אין א בראנפן-ברויז און גענומען טרינקען פון די גרויסע פעסער, וואס זענען דארט געשטאנען. איינער פון זיי האט זיך אזוי שטארק אנגעשיכורט, אז ער איז אריינגעפאלן אין א פאס בראנפן און איז דערטרונקען געווארן. די באפעלקערונג האט. מורא האבנדיק פאר דער נקמה פון די שוועדישע חיילות. זיך אויסבאהאלטן דריי מאנאטן אין די ארומיקע וועלדער. די שוועדן זענען אבער ניט געקומען, ווייזט אויס צוליב דעם, וואס זיי האבן בכלל פארלאזן פאלעסיע.
אין יאר" 1793 קומט פאר די צווייטע טיילונג פון פוילן און דאוויד"האראדאק בלייבט ביי רוסלאנד ביזן יאר 1920. פון יאר 1920 ביז סעפטעמבער 1939 געהערט דאוויד-האראדאק צו פוילן. דעם 19-טן סעפטעמבער 1939 גייט אריין אין דאוויד"האראדאק די רויטע ארמיי. אין יולי 1941 ווערט דאוויד-האראדאק איינגענומען דורך די היטלעריסטישע חיילות און אין 4 ווערט דאוויד"האראדאק צוריק פאראייניקט צו רוסלאנד. די קריסטלעכע באפעלקערונג |י ס'איז שוין אויבן דערמאנט געווארן, איז די דאוויד"האראדאקער קריסטלעכע באפעלקערונג. די א. ג. ,האראדטשוקעס", געווען אן אויסנאם אין גאנץ פאלעסיע. דער אלגעמיינער טיפ פון ,פאלעשוק" איז לויט זיין כאראקטער געווען מילד, פלעגמאטיש און פעסימיסטיש געשטימט. דאקעגן איז דער ,האראדטשוק" געווען ווייט פון מילדקייט, קעמפעריש און ענערגיש, קערפערליך פעסטער געבויט פון די ארומיקע קריסטן און זיין וווּקס איז אויך געווען העכער. (אן אויסנאם האבן נאר געבילדעט די קריסטן פון דערבייאיקן דארף אלפין, וועלכע האבן, ווייזט אויס געשטאמט פון ליטווינער און האבן זיך ניט אסימילירט מיט דער ארומיקער באפעלקערונג).
די גרינגשעצונג און די שנאה פון די ,האראדטשוקעס"* צו די ארומיקע פויערים איז ניט געווען קיין קלענערע ווי צו די יידן. ס'איז איגטערעסאנט צו באמערקן, אז זיי האבן זיך קיינמאל ניט משדך געווען פון דער פרעמד. געשעפטליך פלעגן זיי ארומפארן איבערן גאנצן לאנד, אבער חתונה-האבן פלעגן זיי קומען אהיים אין דאוויד"האראדאק. צוליב דעם, האבן זיי זיך טאקע, יארן לאנג ניט אסימילירט און זייענדיק ויי דירעקטע יורשים פון די גרינדער פון דאוויד"האראדאק, פליסט אין זייערע אַדערן קאזאקיש-טאטאריש בלוט. זייער קאזאקיש-טאטארישער אפשטאם, האט זיך אויך געלאזט מערקן אין זייער ארט לעבן. זיי זענעז ניט געווען קיין ערד ארבעטער און האבן ניט געהאט קיין איבעריקן דראנג דערצו. די גערטנער, וועלכע זייערע פרויען פלעגן באארבעטן. זענען געווען פארויסגעזען נאר פארן אייגענעם געברויך. אין פאל פון אן אויסערגעוויינלעכער גערעטעניש, פלעגן די פרויען פארקויפן די איבערגעבליבענע פראדוקטן פון די גערטנער אויפן מארק און דאס געלט האט געהערט צו די פרויען. אין אלגעמיין, האבן די ,האראדטשוקעס", אויסער א קליין פראצענט פון סוחרים און אויסגעשפראכענע פאכלייט, ניט געהאט קיין סטאבילע באשעפטיקונג. זיי האבן אלץ געטאן 25