און מיט אלעם זיך באשעפטיקט. דער גרעסטער טייל, האט געביטן זיין ארבעט לויט די סעזאנען פון יאר זיי האבן זיך פארנומען מיט פיש-פאנגעריי, זיי זענען געווען גרויסע פאכלייט ביי וואלד- ארבעט. ווינטער -- ביים אויסארבעטן קליעפקע שפאלן און שליפערס און פרילינג ביים צוגרייטן און ארויספירן צו די ברעגעס אלע האלץ מאטעריאלן. וואס זענען ווינטער דורך זיי אויסגעארבעט געווארן אין די ארומיקע וועלדער. זיי זענען געווען גרויסע פאכלייט אויפן וואסער. גוטע פירער פון דאמףדשיפן, בארלינעס און פליטן, וועלכע זיי פלעגן דערפירן ביז דאנציג פון איין זייט און ביז ענדע דניעפר פון דער צווייטער. די לעצטע יארן פון פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה, אז די וועלדער אין דער געגנט זענעז קלענער געווארן, פלעגן זיי זיך פארדינגען אין ווייטערע געגנטן. עס זענען אין דאוויד- האראדאק געווען ספעציעלע מעקליארעס וואס פלעגן האבן פארבינדונגען הן מיט וואלד-סוחרים און הן מיט וואסער-מענטשן און זיי פלעגן יעדן סוחר צושטעלן, וועלכע ארבעטער ער האט באדארפט. זיי זענען געווען גוטע בויערס, פארבערס. מוליארעס, בויערס פון שיפן פון פארשיידענעם גרויס און איבערהויפט גוטע שוסטערס. זיי זענען אויך געווען פייאיקע סוחרים.
דער גרעסטער טייל פון די ,האראדטשוקעס" פלעגט אין פרילינג ארויספארן אויף ירידים פארקויפן זריעה, זומער פארקויפן איבערן גאנצן לאנד אייזדקרעם, הערבסט האנדלען מיט רויטע יאגעדעס, שוועמלעך און שטיוול און ווינטער זיך פארנעמען אין דערהיים מיט שוסטעריי. כדאי צו באמערקן., אז זיי האבן זיך שטענדיק באמיט אויסצומיידן איבעריקע פארמיטלערס. צו שוסטעריי, פלעגן זיי אליין אויסארבעטן די רוי-מאטעריאלן און אין ערגסטן פאל פלעגן זיי די סחורה קויפן פון דער ערשטער האנט. זיי פלעגן אויך אליין פאַרן אויף ירידים איבער גאנץ פוילן און פארקויפן זייער סחורה. דאס זעלבע איז געווען אין דער פלייש און וווּרשט בראנזשע. זיי פלעגן אליין פאָרן אין די ארומיקע דערפער איינקויפן פלייש, אליין אויסגעארבעט די סחורה און אליין פארקויפט. ווורשט-געשעפטן האבן די ,האראדטשוקעס" געהאט אין אלע גרעסערע באן-סטאנציעס און שטעט פון פוילן. דאס איז געווען א ספעציפיש ,פאלק". וואנדערנדיק פאר דער ערשטער וועלט-מלחמה איבער גאנץ רוסלאנד און אין דער צייט פון צווישן דער ערשטער און צווייטער וועלט-מלחמה איבער גאנץ פוילן, האבן זיי זיך אין ערגעץ ניט אסימילירט. וווּ מ'האט זיי באגעגנט, האט מען זיי גלייד דערקענט, אדאנק זייער ספעציעלער קליידונג, שפראך און ארט לעבן.
פאר דער צייט פון צארישן רוסלאנד, האבן זיי געהאט דעם שטאנד פון ,מיעשטשאנעס". דאס איז געווען א פיל העכערע שטופע פון פויערים"-שטאנד און זיי האבן זיך דערמיט שטארק געגרויסט. זיי זענעז געוועז שטארק איבערגעבן דעם צארישן רוסלאנד און מאנארכיסטיש געשטימט. ווען ס'איז נאכן דורכפאל פון דער רעוואלוציע פון 1905 געגרינדעט געווארן אין רוסלאנד די ,שווארצע מאה", די ארגאניזאציע פון רעאקציע און טעראר, וועלכע האט געהאט פאר אן אויפגאבע צו שטיצן דעם צאר קעגן די רעוואלוציאנערן, איז אויך אין דאוויד"-האראדאק אנט- שטאנען א שטארקע און טעטיקע ארגאניזאציע פון דער ,שווארצער מאה", וועלכע האט עקזיסטירט ביזן יאר 1917. זיי האבן אפילו אין א געוויסן זונטיק געמאכט א פרווו פון א פאגראם אויף יידן. נאר אדאנק דער ארגאניזירטער זעלבסטשוץ פון דער יידישער יוגנט בפרט און פון דער גאנצער יידישער באפעלקערונג בכלל, ווי אויך צוליב דער קעגנערשאפט פון דאמאלסדיקן 6