Original scan
Original memorial-book scan 346
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-774

,אוריאדניק" אווטשינקאוו, וועלכער האט געהאט געשעפטס-פארבינדונגען מיט יידן, איז מען אפגעקומען בלויז מיט א פאר פארוווּנדעטע. דל מאנארכיסטישע שטימונג איז פארבליבן ביי די ,האראדטשוקעס" אויך נאך דער רעוואלוציע פון יאר 1917. דאס בילד פון צאר איז נאך לאנג געהאנגען אין א סאך היזער. קערענסקיס איבערקערעניש האבן זיי אויפגענומען זייער קאלט און פון דער באלשעוויסטישער רעוואלוציע זענען זיי געווען אולסגעשפראכענע קעגנער. ביי דער ערשטער בעסטער געלעגנהייט האבן זיי געשטעלט א באוואפנטן ווידערשטאנד דער רויטער ארמיי. (די יידן האבן זיי דאן אויך מיטגעהאלפן און דערפאר טייער באצאלט, אבער וועגן דעם אין א שפעטערדיקן קאפיטל). אין די ראיאן ארגאנען פון דער באלשעוויסטישער מאכט, איז די קריסטלעכע באפעלקערונג פון דאוויד"האראדאק געווען באצייכנט ווי אן אויס- געשפראכענער קאנטר-רעוואלוציאנערער עלעמענט.

passage_27e038f9114d9ec80757bc8d
Passage 2normalized OCR · source chars 776-1264

פאר די 20 יאר הערשאפט פון דער פוילישער מאכט אין דאוויד"האראדאק (1920--1939) האבן זיך די ,האראדטשוקעס" עקאנאמיש שטארק פארפעסטיקט. דאס האט זיי אבער ניט דערפירט צו אסימילאציע. טראץ דעם, וואס די פוילישע מאכט האט ניט דערמעגלעכט צו עפענען קיין רוסישע שול, טראץ דעם, וואס זייערע קינדער זענען געווען געצוווּנגען צו לערנען אין פוילישע שולן, האבן זיי זיך דאך געהאלטן ביי זייער ווייסרוסישער שפראך און ביים פראווא- סלאוונעם גלויבן. מיט זייערע קינדער פלעגן זיי לערנען אין די הייזער דעם רוסישן אלף-בית.

passage_7c06792b70d7864a7e9a6902
Passage 3normalized OCR · source chars 1266-2340

ווען די באלשעוויקעס זענען דעם 19-טן סעפטעמבער 1939 אריין צוריק אין דאוויד- האראדאק האבן זיי באגעגנט שפיזיקע, פול מיט שנאה און האס אויגן פון די ,האראדטשוקעסי. זיי האבן אויסער קליינע אויסנאמען, זיך ניט אנגעשלאסן אין דער קאמוניסטישער פארטיי און זיך ניט באטייליקט אין פאליטישן לעבן. זיי זענען געווען זייער אנטוישט, ווען זיי האבן זיך איבערצייגט, אז אנשטאט דעם געגארטן דורך זיי היטלעריסטישן רעזשים זענען גאר אריין די באלשעוויקעס. וואס מער די באלשעוויסטישע מאכט האט זיך באפעסטיקט און אנגעהויבן רעקווי- זירן און נאציאנאליזירן, אלץ מער איז זייער שנאה צו דער מאכט געוואקסן, אלץ מער האבן זיי געווארט אויף היטלערן. זיי האבן דאס דעמאנסטרירט ביי די וואלן, וועלכע זענען אין נאוועמבער 1939 פארגעקומען אין מערב ווייסרוסלאנד, צו דער נאציאנאלער פארזאמלונג, וועלכע האט געדארפט באשליסן וועגן אנשלוס פון מערב ווייסרוסלאנד צו מזרח ווייסרוסלאנד. זיי האבן אין די וואל-אורנעס אריינגעווארפן צעטלען מיט אויפשריפטן ווי: ;א טויט די קאמוניסטן און יידן", ,נידער מיט די באלשעוויקעס", ,זאל לעבן היטלער", א.א.וו. זיי האבן ניט איינמאל געדראט די יידן, אז ווען היטלער וועט קומען וועלן זיי זיך מיט זיי אפרעבענען.

passage_b99ed41aea78a3fb06bdce3b
Passage 4normalized OCR · source chars 2342-3135

זיי האבן זייער ווארט געהאלטן. ווען אין אנהויב יולי 1941 האבן די באלשעוויקעס אפגעטראטן פון דאוויד-האראדאק און די היטלעריסטישע חיילות האבן אריינגעמארשירט אין שטעטל, זענען די ,האראדטשוקעס" געווען די ערשטע אין גאנץ אייראפע, וועלכע האבן צוזאמען מיט דל דייטשן, דורכגעפירט די ערשטע ,אקציע" אין דאוויד-האראדאק. אויסמארדענדיק דעם 17-טן אב תש"י, אלע מענער פון שטעטל. די גאנצע צייט פון דער דייטשישער אקופאציע, האבן זיי טריי געדינט די היטלעריסטן, געניסנדיק אויך פון פולשטענדיקן צוטרוי מצד דער היטלעריסטישער מאכט. ווען אין יאר 1944, האט די רויטע ארמיי באפרייט דאוויד"האראדאק פון די מערדעריש- היטלעריסטישע אקופאנטן, האבן זיי שוין אין שטעטל קיין איין לעבעדיקן ייד ניט געפונען. זיי האבן אויך ניט געטראפן די גויישע אנפירער פון דאוויד"-האראדאק. וועלכע זענען מיטגעגאנגעז מיט דער אפטרעטנדער דייטשישער ארמיי. 27

passage_7156315cd91c7d1cc4de997d