Original scan
Original memorial-book scan 347
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1118

דער יידישער ישוב אין דאוויד-האראדאק ס'איז שווער צו ענטפערן אויף דער פראגע, ווען ס'איז אנטשטאנען דער יידישער ישוב אין דאוויד-האראדאק. ס'איז ניט פארבליבן קיין איין היסטארישער דאקומענט, וועלכער זאל אונז קלאר מאכן די פראגע. דער פנקס פון דער קהללה. ווען ער זאל אפילו זיין, וואלט אונז אויך ניט קלוג געמאכט, ווייל ער איז אינגאנצן אלט געווען 200 יאר און עס זענען דא פיל פריערדיקע ידיעות וועגן דער עקזיסטענץ פון א יידישער קהילה אין דאוויד-האראדאק. בכדי אומגעפער פעסטצושטעלן, וועז ס'איז געגרינדעט געווארן א יידישע קהילה אין אונדזערע געגנטן, מוזן מיר זיך שטיצן אויף דער געשיכטע פון די יידן אין ליטע און נאכפאלגן דאס אנטשטיין פון יידישע ישובים. אין ס. א. בערשאדסקיס היסטארישן איבערבליק איבער דער געשיכטע פון ליטווישן יידנטום, וואס איז ארויסגעגעבן געווארן אין יאר 1883 אין פעטערבורג און אין י. שיפער'ס ,געשיכטע פון יידן אין פוילן ביזן סוף פון 18-טן יארהונדערט", וואס איז אין יאר 1914 ארויס- געגעבן געווארן אין מאסקווע ווערט אנגעוויזן, אז די יארן 1550--1500 זענען געווען יארן פון וווקס פון יידישן ישוב אין ליטע. אין דער דאזיקער צייט, זענען געגרינדעט געווארן פיל נייע ישובים און די שוין עקזיסטירנדע זענען שטארק פארגרעסערט געווארן.

passage_013a4012955cb4ce9d83bf75
Passage 2normalized OCR · source chars 1120-2238

דער אימיגראציע שטראם פון יידן קיין ליטע איז געגאנגען אין דער ריכטונג פון מערב קיין מזרח. אזוי ארום, זענען די ערשטע ישובים אויפגעקומען אין מערב-טייל פון ליטע. ס'איז קלאר, אלזא, אז צ. ב. גראדנע, בריסק, לוצק און וולאדימיר וואלינסק זענען אויפגעקומען פריער פון דאוויד-האראדאק. לוניניעץ, סטאלין, א.א.וו. (כדאי צו באמערקן, אז די קהילה אין וולאדימיר-וואלינסק, איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1388, און דאוויד-האראדאק צוזאמען מיט וולאדימיר וואלינסק זענען אומגעפער אין יענער צייט אריבער צום סטאראדובער פירשטנטום. ס'איז דעריבער ניט אויסגעשלאסן, אז אין יענער צייט איז שוין אין דאוולד-האראדאק געווען א יידישע קהילה). דער אימיגראציע שטראם קיין ליטע איז שטארקער געווארן אין אנהויב פון 16-טן יאר- הונדערט צוליב דל רדיפות אויף יידן אין דייטשלאנד. די נייע ישובים אין ליטע פלעגן אויפקומען אויף פאלגענדן אופן: ארום יעדן גרעסערן ישוב פלעגן זיך גרינדן קלענערע שטעטלאך; אזוי ארום זענען די יידן אריינגעדרונגען אלץ טיפער אין ליטע. די יידישע היסטאריקער, זענען ביי דער מיינונג, אז לויט דער געאגראפישער קארטע פון אמאליקן ליטע, קען מען פעסטשטעלן, וועלכער יידישער ישוב איז עלטער. אין מערב ליטע זענען די ישובים עלטערע און אין מזרח ליטע -- יינגערע.

passage_9238d19c1003255ec68a12a6
Passage 3normalized OCR · source chars 2240-2891

ארויסגייענדיק פון דעם שטאנדפונקט קאן מען ניט רעכענען, אז א יידישע ארגאניזירטע קהילה איז אין דאוויד-האראדאק געווען פריער ווי אין פינסק. אין פינסק איז געשאפן געווארן אן ארגאניזירטע יידישע קהילה אין יאר 1506. פאר- שטענדליך, אז אין דאוויד"האראדאק איז אן ארגאניזירטע יידישע קהילה געגרינדעט געווארן שפעטער. דאס שליסט אבער ניט אויס די מעגלעכקייט, אז איינצעלנע יידן זענען געווען אין דאיויד"האראדאק פריער. אין יענע צייטן, פלעגן יידן ארומפארן האנדלען איבערן גאנצן לאנד. אויסער דעם, האבן זיי געהאלטן אין ארענדע בראנפן-מאנאפאלן, זאלץ-פארקויף, קרעטשמעס און אויך מלוכה- שטייערן. ס'איז מעגליך אלזא, אז אין דאוויד-האראדאק, וועלכע האט לויט אלע ווארשיינלעכקייטן, |08

passage_04076fb2ce86d229cf934f62