עקזיסטירט נאך פון יאר 1190, האבן געוווינט יידן לאנג איידער ס'איז אנטשטאנען די ארגאני- זירטע יידישע קהילה דארט. די ערשטע היסטארישע גענויע ידיעה וועגן דאוויד"האראדאקער יידישער קהילה איז פון יאר 1667. אין דעם יאר, האט די פינסקער קהילה גענומען ביים לאהישינער קלויסטער אן הלואה פאר אירע נויטן און פאר די נויטן פון די ארומיקע קהילות. אלס ערבות פאר דער הלואה, איז דאן אנגעגעבן געווארן דאס גוטס פון די ארומיקע יידישע קהילות, צווישן וועלכע, עס איז דערמאנט געווארן אויך די דאוויד-האראדאקער קהילה.
דאס איז געווען נאך באגדאן-כמיעלניצקעס אויפשטאנד, וואס האט חרוב געמאכט דעם גאנצן יידישן ישוב אין מזרח-אייראפע. די אנטלאפענע פליטים האבן זיך אנגעהויבן צוריקקערן אין זייערע חרובע היימען, די ארעמקייט און נויט זענען געווען גרויס, אלץ האט מען געמוזט פונדאסניי אויפשטעלן און קיין געלטדמיטלען זענען ניט געווען. מ'האט געמוזט דעריבער, אנקומען צו די גויישע שכנים נאך הילף. די גויים זענען אנטקעגנגעקומען די יידן און זיי געליעז געלט, ניט מחמת מענטשלעכע געפילן, נאר פשוט צוליב ריין קאמערציעלער אויסרעכנונג. זיי האבן געמאכט גאנץ גוטע געשעפטן אויף די דאזיקע הלואות. זיי האבן דערביי גענומען אלס גאראנטיע די בתי-מדרשים, די בעדער און אפילו דעם בית-הקברות. ניט איינמאל האט געטראפן, אז פאר ניט איינצאלן בלויז דעם פראצענט פלעגט מען פאנאנדערווארפן דעם בית-המדרש, אדער ניט לאזן באערדיקן א מת אויפן בית-הקברות. אויסער דעם, האט דאס געזעץ פארזיכערט דאס רעכט פון הלואה-געבער. פאר נלט צאלן קיין חוב, פלעגט מען באשטראפט ווערן מיט גרויסע שטראפן, אפילו מיט טויט-שטראף.
אין די ליטווישע געריכטס-אקטן פון יענער צייט, איז דא א גרויסע צאל טויט-אורטיילן, וואס זענען ארויסגעגעבן געווארן אויף יחידים, אויף חברות און אפילו אויף גאנצע יידישע ישובים. דאס באווייזט, ווי גרויס איז געווען די ארעמקייט פון די יידישע ישובים אין יענער צייט. אמת, די דאזיקע אורטיילן, זענען מער געבליבן אויפן פאפיר, ווייל פון ארולסגעבן דעם אורטייל ביזן אויספירן אים איז געווען א גרויסער מהלך. די פויליש-ליטווישע מלוכה, איז שוין דאן געווען דורכגעפרעסן פון אנארכיע, איר אויספירמאכט איז געווען פאראליזירט -- און שטעלן א ווידערשטאנד דער אויספיר-מאכט איז געווען א טאג-טעגלעכע דערשיינונג. דאס האבן געטאן אויך יידן -- אבער נאר יחידים. די קהילה-שע חובות האט מען געמוזט צאלן. אויפן געביט פון די דאזיקע חובות, זענען פארגעקומען גרויסע רייבונגען און חילוקי-דעות צווישן די קליינע קהילות מלט די גרויסע. מ'האט קיינמאל ניט געקענט דורכקומען צווישן זיך וועגן גרויס פון סכום, וואס יעדע קהילה דארף צאלן. ס'זענען פארגעקומען דין-תורות ביים ועד ארבע הארצות און די חילוקי-דעות האבן באקומען זייער אפקלאנג אפילו אין רעגירונגס-געריכטן.
די דאזיקע לאגע, האט זיך אבער שטארק געענדערט נאכן אויפשטאנד פון די קאזאקן. דער פרעסטיזש פון דער צענטראלער רעגירונגס"-מאכט איז דאן שטארק געפאלן. די נויט אין אלע קליינע שטעטלאך איז געווען אומגעהויער גרויס און זיי זענען ניט נאר ניט געווען אימשטאנד צו צאלן שטייערן די צענטראלע קהילות, נאר זיי זענען נלט געווען בכוח אויפצובויעז פונדאסניי זייערע אייגענע רואינירטע קהילות. דאן טאקע, האט זיך אנגעהויבן דער קאמף פון די קליינע קהילות קעגן די גרויסע מיטן צוועק אראפצוווארפן פון זיך זייער אפוטרופסות. אין פינסקער געגנט האבן דעם קאמף אנגעהויבן די קהילות : דאוויד"האראדאק. סטאלין, סלוצק, טורעוו, כאמסק און דראהיצין דער קאמף איז געווען א דויערנדער און זייער שווערער. ווייל אויף דער זייט פון די גרויסע קהילות איז געשטאנען די צענטראלע מאכט, וועלכע איז געווען פאראינטערעסירט 109