Original scan
Original memorial-book scan 349
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1144

אז די שטייערן זאלן אויפגעמאנט ווערן אויף א צענטראליזירטן אופן. דער ליטווישער קריגס- מיניסטער האט דאן ארויסגעגעבן א באפעל, אז מען זאל די גרויסע קהילות געבן צוהילף סאלדאטן, וועלכע זאלן העלפן אויפמאנען די שטייערן ביי די ווידערשפעניקע קליינע קהילות. די סאלדאטן האבן אבער ניט געהאלפן; ס'האבן ניט געהאלפן אויך די אפטע דין-תורות ביי די רבנים. צוליב דער שוואכקייט פוןז דער צענטראלער מאכט, צוליב די סעפאראטיסטישע שטרעבונגען פון דער פוילישער שליאכטע און איבערהויפט צוליב דעם נייעם באשלוס, וואס דער פוילישער צענטראל-סיים האט אין יאר 1764 אנגענומען, אז עס ווערט אפגעשאפן דער אלגעמיינער שטייער פון יידן און ווערט פארביטן אויף אן אינדיווידועלן אין דער הויך פון 2 גילדן פון א קאפ (אנהויבנדיק פון איין יאריקע קינדער) האבן די גרויסע קהילות פארשפילט דעם קאמף. די קליינע קהילות זענען געווארן, זעלבסטשטענדיק. צוליב דעם נייעם שטייער-סיסטעם, איז אין דאמאלסדיקן פוילין-ליטע פארגעקומען א ציילונג פון דער יידישער באפעלקערונג, וועלכע גיט אונז אינטערעסאנטע ציפערן וועגן דער גרויס פון דער יידישער באפעלקערונג אין יענער צייט. די ציילונג איז פארגעקומען אין יאר 1766 און אָט זענען די רעזולטאטן פון דער דאזיקער ציילונג (אויסשליסנדיק קינדער ביז א יאר) אין די פאלגענדע שטעט :

passage_dd153b25eceaf9cc9f12007d
Passage 2normalized OCR · source chars 1146-2164

דאוויד"האראדאק -- 408 נפשות טורעוו - 316 | ; האראדנע - 109 | , סטאלין -- 408 | ; יאנעווע -- 422 , דראהיצין - 510 - , צו די דאזיקע ציפערן דארפן מיר זיך אבער באציען מיט רעזערוו, | ווייל מ'דארף פארשטיין, אז צוליב שטייער-צוועקן איז די ציילונג ניט געווען אינגאנצן קיין ריכטיקע : אדער די יידן האבן אנגעגעבן קלענערע ציפערן, כדי צו צאלן ווייניקער שטייערן, אדער דל באאמטע האבן אנגעגעבן גרעסערע -- כדי צו באקומען מער שטייערן. אלס באוייז, אז די ציילונג איז ניט געווען קיין ריכטיקע, קאן אונז דינען די צווייטע ציילונג, וועלכע איז פארגעקומען אין יאר 1784. די צווייטע ציילונג גיט אונז גאר אן אנדער בילד : דאוויד"האראדאק -- 386 נפשות טורעוו - 319 ש האראדנע - 47 . סטאלין -- 208 , יאנעווע -- 261 | , דראהיצין -- 248 , עס לאזט זיך ניט גלויבן, אז אין משך פון 18 יאר זאל די צאל פון דער יידישער באפעלקערונג אין די אלע שטעטלאך פאלן. דאס דערקלערט זיך דערמיט, וואס די פוילישע מלוכה איז שוין דאן געווען אויפן שוועל פון אונטערגאנג און די באאמטע האבן ניט פינקטלעך אויסגעפירט זייער ארבעט ניט גלויבנדיק אליין אין דער נוצלעכקייט פון דער ציילונג.

passage_fad681adb5f8e958a5f1818d
Passage 3normalized OCR · source chars 2166-2551

אין אלגעמיין זענען די לעצטע יארן פון דער פוילישער הערשאפט געווען שווערע פאר די יידן אין ליטע. די צענטראלע מאכט איז געווען שוואך און דעמאראליזירט, די שטייערן גרויס, די ארטיקע שליאכטע האט געוועלטיקט יעדער אויף זיין שטייגער, די יידישע קהילות האבן זיך געריסן צווישן זיך און ס'איז געוואקסן די קאנקורענץ צווישן די יידישע סוחרים דאס אלץ האט פארארעמט די מאסן און די נויט איז געווען גרויס. 220

passage_f92d29ba618ab4e17d40fbd2