Original scan
Original memorial-book scan 350
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1001

אין יענער צייט, זענען פארגעקומען 2 געשעענישען, וועלכע האבן געהאט א גרויסע השפעה אויפן לעבן פון ליטווישן יידנטום. די ערשטע געשעעניש איז געווען פון אלגעמיין- פאליטישן כאראקטער, וואס האט געהאט איר אומדירעקטע ווירקונג אויפן לעבן פון די ליטווישע יידן, נעמלעך: אין יאר 1793 איז פארגעקומען די 2-טע טיילונג פון פוילן. און די געגנט איז אריבער צו רוסלאנד. דאס האט אריינגעבראכט א קאלאסאלע ענדערונג אין עקאנאמלשן און קולטורעלן לעבן פון די יידן אין ליטע. די 2-טע געשעעניש איז געווען פון אן אינערלעך יידיש-רעליגיעזער באדייטונג -- ס'איז אויפגעשטאנען די חסידישע באוועגונג. די חסידישע באוועגונג האט זיך אנגעהויבן שטארק אנטוויקלען אין סוף פון 18-טן יארהונדערט. זי האט ארומגענומען גרויסע מאסן. זי איז געקומען אלס פועל-יוצא פון דער ארעמקייט פון די יידישע מאסן פון איין זייט און פון דער אינערלעכער יידישער רעאקציע -- פוז דער צווייטער. דאס איז געווען אויך א פראטעסט קעגן דער שווערער האנט פון קהלשן רעדל-פירער און תקיף. די נייע תורה האט געפונען אן אפקלאנג אין די הערצער פון ארעמען יידישן דארפס- מענטש, ארענדאר און הענדלער.

passage_ce0af7c7ecd524282e951cfb
Passage 2normalized OCR · source chars 1003-1928

אינטערעסאנט, אז די חסידישע באוועגונג האט אין דאוויד"האראדאק קיין טיפן אפקלאנג ניט געהאט. ס'האט ניט געווירקט אויף דאוויד"האראדאק די נאענטקייט פון פינסק, וווּ ס'איז אגעוויסע צייט געווען רב ר' יצחק לוי (בארדיטשעוו). און דער באווסטער ר' אהרן הגדול ז"ל. אין פינסק איז פארגעקומען דער גרויסער קאמף צווישן די חסידים און מתנגדים -- דאוויך- האראדאק האט זיך אין דאזיקן קאמף ניט אריינגעמישט. סטאלין, זשלאבין און דאמצראוויץ, זענען געקומען צו הילף די חסידים פון פינסק אין זייער קאמף קעגן דעם רב ר' אביגדור, וועלכער איז געשטאנען אין שפיץ פון קאמף קעגן די חסידים. זיי האבן פארבאטן ר' אביגדורן באזוכן זייערע קהילות. דאוויד"-האראדאק האט ניט פארבאטן. ווי עס ווייזט אויס, איז אין דאוויד"האראדאק געווען שטארק די השפעה פון ווילנער גאון, וועלכער איז געשטאנען אין שפיץ פון קאמף קעגן חסידיזם אין דאוויד"האראדאק פלעגט מען אין די רעליגיעזע הייזער, ביז צו די לעצטע יארן, אפהיטן דעם יארצייט פון ווילנער גאון און זיין בילד איז געהאנגען אין אסאך הייזער.

passage_059ae25cc35e91f84e938fa9
Passage 3normalized OCR · source chars 1930-2861

בכלל איז אין דאוויד-האראדאק געווען שטארק די השפעה פון ליטווישן יידנטום. רבנים פלעגט מען ברענגען נאר פון ליטא, דאוויד-האראדאקער בחורים פלעגן זיך לערנען אין די דארטיקע ישיבות. די השכלה באוועגונג און שפעטער דער ציוניזם זענען אויך געקומען פון ליטע. דאוויד-האראדאק האט די נייע תורות אויפגענומען פריער ווי אלע שטעטלאך אין פאלעסיע. דאוויד"האראדאק האט, אלזא, אויסגעמיטן דעם שארפן קאמף צווישן מתנגדים און חסידים, וואס האט אין יענער תקופה פארשאפט פיל בייז בלוט דעם ליטווישן יידנטום. דערפאר אבער, איז אין דאוויד-האראדאק געווען שטארקער ווי אין אלע ארומיקע שטעטלאך דער קאמף ארום די רבנים. פון דעם איז ניט צו דרינגען, אז אין דאוויד-האראדאק זענען בכלל קיין חסידים ניט געווען. ס'זענען געווען חסידים אויך אין דאוויד"האראדאק. צווישן 5 בתי-מדרשים וואס דאוויד- האראדאק האט פארמאגט איז געווען אויך א חסידישער בית"מדרש -- די אזוי גערופענע ,שטיבל". זייער צאל איז אבער פארהעלטניסמעסיק ניט געווען גרויס און קיין גרויסע השפעה האבן זיי אויך ניט געהאט. 221

passage_3ec2c484951af79ee9592e7c