די ווירטשאפטלעכע סטרוקטור פון יידישן ד.-האראדאק
מיר האבן ניט קיין גענויע ידיעות וועגן דער עקאנאמישער סטרוקטור פון די דאוויד"האראדאקער יידן אין די ערשטע יארן פון יידישן ישוב דארט. כדי זיך קלאר צו מאכן די פראגע. מוזן מיר זיך באנוצן מיט די מאטעריאלן פון די ארומיקע שטעטלאך און פון דער אלגעמיינער עקאנאמישער סטרוקטור פון גאנצן ליטווישן יידנטום. מיר דארפן געדענקען, אז די ליטווישע מאכט, האט געעפנט אירע טויערן פאר די איינוואנדערנדע יידן פון דייטשלאנד ניט צוליב הומאנע געפילן, נאר ווייל דאס איז געווען אין הסכם מיט זייער פאליטיק, וועלכע האט געזען אין די יידישע איינוואנדערער אן עלעמענט. וואס וועט אויפלעבן און אקטיוויזירן די אפגעשטאנענע ווירטשאפט פון לאנד. דערפאר טאקע, האבן זיי די יידן געגעבן גרויסע רעכט. יידן האבן זיך גערעכנט פאר פרייע מענטשן (ניט קעניגלעכע דינער), צוגלייך מיט דער שליאכטע און באיארן. פאר אומ- בריינגען, אדער פארווּנדן א ייד האט געקומט טויט"-שטראף. מען האט הזיל ניט געטארט שטערן אין זייערע תפילות, שבת האט מען זיי ניט געטארט רופן אין געריכט און ניט מאנעז קיין חובות. זיי האבן געמעגט האנדלען מיט וואס זיי האבן געוואלט און זיך פריי באוועגן איבער גאנץ ליטע. אין אמאליקן ליטע האט די רעגירונג אליין ניט געמאנט קיין שטייערן. זי פלעגט דאס אוועקגעבן אין ארענדע. פארשטענדליך, אז יידן זענען געווען די ארענדארן. כמעט אין אלע שטעט און שטעטלאך זענען יידן געווען ארענדארן פון: אויפמאנען שטייערן, בראנפן-מאנאפאל, ביר און מעד, סיי אין הורט און סיי אין דעטאיל, זאלץ-מאנאפאל, די שטאטישע וואַג, די קרעטשמעס און די צאל-קאמערן. דאס לעצטע אין געווען א שטייער אויף סחורות, וואס יעדער סוחר האט געמוזט צאלן נאך איידער ער האט פארקויפט די סחורה. ,מיטא" האט זיך דער שטייער גערופן. די סחורה האט מען געמוזט פירן דורך די וועגן. ווו ס'זענען געווען די צאל קאמערן.
דאס זענען געווען אין יענער תקופה די יידישע פרנסות. אַמווארשיינלעכסטן, אז פון דעם האבן זיך דאן אויך מפרנס געווען די דאוויד-האראדאקער ליד דאוויד-האראדאקער יידן האבן זיך שוין דאן ווארשיינלעך פארנומען אויך מיט האנדל פון האלץ ארטיקלען, ווי קליעפקע, מאטעריאל אויף בויען שיפן, פאטאש און סמאלע, מיט וועלכע די געגנט איז געווען רייך. יידן האבן זיך אויך פארנומען מיט ערד-ארבעט און מיט האדעווען קי. דאוויד-האראדאקער יידן, האבן ביז דער לעצטער צייט זיך נוהג געווען צו האלטן א קו אדער מער. אויך מיט גערטנעריי האבן זיך יידן פארנומען. צוליב די שטארקע צעכן באגרענצונגען, וואס האבן געהערשט, ווי אויך צוליב זייער שטרענג רעליגיעזן כאראקטער, זענען אין יענער צייט קיין יידישע בעלי-מלאכות ניט געווען. ערשט נאך דעם קאזאקישן אויפשטאנד, ווען גרויסע טיילן פון לאנד זענען חרוב געווארן און ס'איז געווארן א גרויסער מאנגל אין בעלי-מלאכות האט דער קעניג יאן קאזימיר אין יאר 1669 דערלויבט יידן צו ארגאניזירן זיך אין צעכן. ערשט דאן האבן זיך די יידן, וועלכע זענען שטארק רואינירט געווארן פון קאזאקישן אויפשטאנד אנגעהויבן לערנען מלאכה. מ'דארף אויך צוגעבן, אז דער לעבנס-ניווא איז אין יענער צייט געווען זייער א נידעריקער. מ'פלעגט גיין זייער ארעם געקליידעט, שטיוול פלעגט מען טראגן נאר שבת און ווינטער. זומער פלעגט מען גיין בארוועס.
212